Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 4 · p. Seite 45

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 4
Date
1923-01-01
Page
Seite 45 (sequence 51)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
77% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581467--234-9581518
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

און צוזאמען אויסציהענדיג די קעפ אין דער װײטנס האט ״זי״ פון ערגעץ אמאדנעם געפיל פאר- נומען׳ מאדנע נײ און אנגענעם׳ פון װעלכן זי האט נאך ביז יעצט קײן אהנונג געהאט ♦ עם האבן איר געשװינדלט פאר די אויגן רעדער רויטע־בלויע׳ געלע־גרינע׳ װײם״שװארץ און װײם־רויט מיט גליק און ליבע און איבערגעבנהײט צו איר ערשטע קינד׳ מיט װעלכן זי איז נאר װאם אין טראגן פארגאנגען ♦ ווייס און רויט א נאכט געװאכט און מיט אװארים הארץ אין דער שטילער נאכט אײנגעהערט• װי פון א טיפן ים האב איך פון דער נאכט ארוים װײםע פעריל געשעפט♦ קינדער־קריאת־שמע און גוטע־נאכט־קושן געשעפט און אויף זײדן שנירל געצויגן רויטע קארעלן׳ מענער תאוה און פרויען־לוסט׳ זיס, הארב און בלוטיג־שוימיג מיט א סוד פון נײע לעבנם אויף פורפור אנגעשטאכן♦ נעבן מײן רעכטער האנט איז מײן קינדם בעטל געשטאנען און האט פון שלאף׳ װי מײן אײגן פולם צו מיר׳ מיט צארטע ליבע געעטעמט און ארום מיר׳ מיט װײםע ליבע און װײםע גליק ארום געהויכט ♦ אין דער לינקער האנט איז מײן װײבם בעט געשטאנען און װי אײן אײנגעשלאפענער ים נאכן שטורם האט זי צו מיר׳ מיט איר פולער ברוסט מיט איבערגעבענהײט געעטעמט׳ פול מיט גליהענדע ליבע און אײנגעשלאפענע לוסט׳ און ארום מיר׳ מיט גליהענדע ליבע און רויטע גליק ארום געװעבט ♦ פלוצים האט פון דער נאכט ארוים - װאם האט יפון עק ביז עק׳ פון איר אנהויב ביז איר אויםלאז׳ מיט לוםט און ליבע געעטעמט - אמחנה נאכט־שמעטערלינגן דורך דעם אפענעם פענםטער צו מיר אין צימער זיך ארײנגעריסן♦ גרין און בלוי׳ רויט און װײם - און רעגנבויגן• און צו זאמען מיט מײן קינדס ליבע און װײבם איבערגעבנהײט׳ װי א רעגנבױגן׳ - גרין׳ בלוי׳ רויט און װײם מיט װײסע פרײד און רויטע גליק דעם צימער אנגעפילט♦ האט זיך מיר פארװאלט פון דער פארשכור׳טער נאכט׳ פון דעם שטילן גליק און גליהענדן לוםט, אין טאג ארײן׳ פאר קינד און פאר דורות א גרום ברײנגען און האב נאר צװײ פון די װאונדער פארביגע שמעטערלינגן געכאפט און צו זיך אין בוך צװישן די בלעטער׳ ביז אין טאג געלײגט♦ - נאר װען איך האב מיטץ טאג די טײערע מתנה פון צארטע ליבע און גליהענדע לוסט דעם קינד דערלאנגט - האט זיך דאס קינד צעװײנט: - זײ זײנען דאך טויט!♦ ♦ האט מײן װײב די װײסע הענט פארבראכן: - רוצח׳ האםט דאך זײ געהרג׳עט!♦ ♦ האב איך נאך אמאל אבליק געגעבן אויף מײן גרום פון ליבע און לוםט - און האב זײ ערשט דערזעהן טויט און צוזאמען מיט קינד און װײב די הענט פארבראכן און זיך צעװײנט ♦ ♦ משה סטאװםקי. 45

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.