Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 4 · p. Seite 15

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 4
Date
1923-01-01
Page
Seite 15 (sequence 21)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
73% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581467--204-9581488
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

זײנע האט ער אבער געמאכט גאר אהן דער נאדל׳ נאר אויף רײן אקװאטינטישן אופן. ״ווערני מו״ (״ס״ז ״מ״^)׳ אדער װײך־גרונד׳ — מײנט די באארבײטונג פון דעם עסעריגן גרונט• די דאזיגע טעכניק איז זעהר רײצענד און אינטערעסאנט׳ און דערבײ זעהר לײכט צום ארבײטן• דער בעלגישער קינסטלער׳ פעליסיעןראפס׳ האט זי געבראכט צו גרוים שלמות• מען פארפארטיגט דא דעם טאװל מיט א עסעריגן גרונט׳ װעלכער װערט אבער ניט פארהאר־ טעװעט׳ נאר ער בלײבט װײך און עלאסטיש• מ׳לײגט דאן ארויף צו צום טאװל א בלאט פאפיר און מ׳צײכנט אויף דעם מיט א הארטן בלײשטיפט׳ פונקט אזוי װי מ׳צײכנט בכלל• אז מ׳נעמט דערנאך אראפ פארזיכטיג דאם פאפיר פונם טאװל׳ װײזט זיך ארויס׳ אז אויף דעם גרונט איז אײנגעגראבן די גאנצע צײכנונג• דאן עסערט מען דעם טאװל׳ אזוי װי מיר האבן שוין באשריבן׳ און מ׳באקומט אויף אזא אופן א קערנדיגן שטריך׳ װעלכער װירקט אן־ערך װי א קרײד־שטריך׳ אין געגענזאץ צו דער שארפער נאדל־ליניע• דער קופער־טאװל איז דאס בויגיגסטע מאטעריאל׳ װאס מ׳קאן זיך נאר פארשטעלן׳ און ער לאזט זיך פארבינדן מיט אלערלײ אופנים פון טעכניק♦ א חוץ די דא געשיל־ דערטע ארבײטן׳ איז דא נאך א גאנצע רײה אופנים• פאר אנ׳אויפמערקזאמען באטראכטער זײנען אבער שוין גענוג אט די קורצע אויפקלערונגען׳ ער זאל קאנען באשטימען װעגען זײ מײסטע ראדירונגן מיט װעלכער טעכניק זײ זײנען געמאכט געװארן♦ מ׳דארף נאר נעמען אין א קופערשטעך־קאבינעט׳ אדער אין א קונסט־אויסשטעלונג׳ גראפישע בלעטער פון פארשידענע טעכניקן׳ זײ אנקוקן אײנם נעבן דעם אנדערן און אויפמערקזאם זײ פארגלײכן. און זיכער איז׳ אז װאס מעהר מ׳װעט נאכפאלגן דעם קינסטלער אין זײן װערקשטאט׳ אלץ מיט העכערן תעגוג װעט מען קאנען זיך אפגעבן דעם באטראכטן פונ׳ם קונסטװיערק• פאלקאם טיף־שװארצע׳ סאמעטיגע פלאך• מיט׳ן שאבמעסער און שאבער ארבײט מען אבער ערשט ארוים די מיטעלע טענער און דאן ביסלאכװײז אויך די העלערע און סאמע העלסטע• ס׳איז קלאר׳ אז אזא טעכניק טויג נאר פאר פלאכן פון העל און טונקל׳ װאס געהן װײך איבער אײנער אין אנדערן? דאגעגן אבער איז זי ניט אזוי גוט פאר א אימפרעסיא־ ניסטישער ארט פון צײכנען• דערפאר אבער האט זי אין זיך אזא זעלטענע שענקײט׳ אז אויך הײנטיגע קינםטלער כאפן זיך אלעמאל צו׳ן איר• די ענגלענדער פונ׳ם 18־טן יארהונדערט האבן די דאזיגע ארבײט אנטװיקלט צו א אונגלויבליכער פאלקאמענהײט און זײ פלעגן דרוקן אזעלכע בלעטער אפט פארביג׳ מיט אײן אדער עטליכע טאװלן. װעגן דער אקוואטינטא• װיל מען מאכן ניט קײן ליניעס׳ נאר פלאכן׳ װעלכע זאלן האבן דעם עפעקט פון א מין טוש־ צײכנונג׳ באנוצט מען זיך מיט אקװאטינטא־טעכניק• מ׳באשטויבט דעם טאװל מיט פײנסטן קאלאפאנױם־פראשעק׳ מ׳האלט אים דאן איבער א פלאם׳ און מ׳לאזט אויף אזא אופן דעם קאלאפאנױם־שטויב אײנשמעלצן• אצינד באדעקט מען מיט א פינזל און מיט לאק יענע שטעלן׳ װעלכע מ׳װיל לאזן װײס אויף׳ן דרוק׳ ־און מ׳לײגט ארײן דעם טאװל אין דער שיסל מיט זײער־װאסער• נאך א קורצער צײט פון אײנעסערן׳ באװײזט זיך דער ניט־באדעקטער טײל פונ׳ם טאװל אנ־ געצויגען מיט א גרויען טאן• איצט קאן מען װידער א מאל באדעקן געװיסע טײלן פונ׳ם טאװל און װידער אים אײנ־ עסערן׳ און אזוי איבערחזרן װיפיל מאל מ׳װיל׳ כדי צו בא־ קומען די פארשײדענםטע מדרגות פון שװארץ• די ערטער׳ װאס בלײבן בײם לעצטן מאל אפן׳ געבן אין דרוק די גרעסטע טונקעלקײטן♦ בכלל באנוצט מען זיך מיט דער אקװאטינטא אלס צוגאב צו דער שטריכן־ראדירונג׳ באזונדער פלעגט דער שפאנישער מאלער און ראדירער׳ ג ו י א׳ כמעט אלע זײנע ראדירונגען באארבעטן מיט אקװאטינטא׳ אײניגע בלעטער הערמאן שטרוק• 15

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.