Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 4
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 10 (sequence 16)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 70% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581467--199-9581483- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
דיגן װאקס־פלאקער״ פון װאס זי װערט אנגעצויגן מיט סאזשע• דער ״עסעריגער גרונט״ װערט צוזאמענגעשטעלט פון װאקס און סמאלע. די סאזשע פונ׳ם פלאקער פארבינדט זיך מיט׳ן ״גרונט״ און עס װערט א שװארצע׳ אײנהײטליכע׳ פעסטע און דינע שיכט. דאן נעמט מען די קריץ־נאדל׳ - דאס איז א שפיציג גע־ שליפענע שטאלענע נאדעל׳ אײנגעפאסט אין א האלץ־גריף - און מ׳פירט מיט איר אויס די צײכנונג אויף׳ן טאװל אקוראט װי מ׳שרײבט מיט א פען אויף פאפיר• מאכט עס מעגליך הײנטיגע צײטן צו מאכן עטליכע טויזענט אפצוגן לחלוטין גלײכמעסיגע אין זײער קװאליטעט פון אײן טאװל• לאזט מען דרוקען א טאװל אין א גרויסער אויפלאגע׳ דאן קריצט מען געװײנליך אויס אונטען באם ראנד ״די שריפט״ (״©ז*161 *ו״)/ דאס מײנט: דעם נאמען פונ׳ם גראװירעו/ דעם טיטעל פונ׳ם בלאט און על־פי־רוב אויך דעם אדרעם פונ׳ם פאר־ לעגער• פארשטײט זיך׳ אז די ערשטע אפצוגען זײנען מעהר װערט און זײ האבען בא די קינסטלער און קונסט־סוחרים פאר־ ■ ׳ ■< < .//(/ רעמבראנט. ראדירונג די שוהל. .7םא\<?8!\££ .סא£7091 .0\/£?£¥?£?551\<0 0£\׳? .5א£?1£1ס\/8 £5ם 57א;1>1 01£ ,^57800 אא\/^1?9£ 1\0?71 דורכשנײדענדיג דעם גרונט און לײכט קריצענדיג אויף׳ן קופער׳ קומען ארויס די געצײכענטע שטריכן העל־רויט אויף׳ן שװארצן גרונט• דאן לײגט מען דעם טאװל אין א שיסל מיט צעלאזטן זויערן שטאף (סאלפעטער־זײער׳ אײזענכלאריד אדער זאלץ־ זײער)׳ װעמעס עסעריגע װירקונג ברענט ארײן די שטריכן אינ׳ם קופער ארײן• דארט װאו דאס קופער איז מיט׳ן ג רו נ ט צוגעדעקט׳ װירקט די עסעריגע זויערקײט ניט• מ׳נעמט דאן ארוים דעם טאװל׳ מ׳שװיינקט אים גוט אפ מיט װאסער און מ׳טרוקענעט אים אפ• װיל מען׳ אז אײנציגע טײלן פון דער צײכנונג זאלן זיך שטארקער אײנעסען׳ פארדעקט מען יענע שטיקער׳ װעלכע דארפן בלײבן העל׳ מיט אספאלט־לאק• אז מ׳לײגט דערנאך דעם טאװל װידער אין א שיםל מיט זײער׳ װערען יענע׳ פארדעקטע׳ שטעלן שוין ניט בא־ שידענערלײ באצײכנונגען• בכלל רופט מען זײ ״די דרוקן פון פאר דער שריפט״ אדער ״אויסנעמליכע דרוקן״• אויף זײ שטעלט דער קינסטלער געװעהנליך זײן אײגענהאנדיגע חתימה מיט א בלײשטיפט• מיר האבן געשילדערט דעם אופן׳ װי אזוי ס׳װערט גע־ מאכט דאס קופערשטעכען• דאס אײגענטליכע ראדירן אונטער־ שײדעט זיך פון דעם דערמיט׳ װאס די צײכנונג װערט געמאכט ניט מיט דער קראפט פון דער האנט, נאר זי װערט פארטיפט אויף דעם קופער־טאװל דורך װירקונג פון א זויערן שטאף• אויף דעם שטארק אנגעהיצטן קופערנעם טאװל לעגט מען ארויף א ביסל ״עסעריגן גרונט״ און מיט א לעדערנעם װאלץ װערט ער דין פארשפרײט. די אויף אזא אופן ״געגרונטע־ װעטע״ זייט פון טאװל׳ װעלכער איז׳ אגב׳ פארשרויפט אין א צװאנג׳ האלט מען׳ מיט׳ן פנים אראפ׳ איבער א ברענענ־ 10