Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 4 · p. Seite 9

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 4
Date
1923-01-01
Page
Seite 9 (sequence 15)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
69% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581467--198-9581482
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ױ.אבגװױקרדגג פון רער מארערנער גראפיכן שטעכער װארפט אן זײן צײכבונג אױף א קופערבעם טאװל בערךי/י1 ביז 3 מילימעטר די גרעב, - פארשטײט זיך- פאר־ קערט, אויף ״שפיגעל׳/ דען דערנאך- באם אפדרוקן אויף׳ן פאפיה װערט דאך איבערגעביטן רעכטס אויף לינקס און לינקס אויף רעכטס. דאן װערט די צײכנונג מיט דעם קריץ־ מעסער (גראבשטיכל). - א שטאלענער איבסטרומעבט אזא פון אן ערך 12 צעגטימעטער די לענג. א קאנטיגעה מיט א שפיץ. ~ פארטיפט. אײנגעגראבך אדער. װי מ׳זאגט׳ ״געשטאכן׳/ נאכדעם װי די שטעכער־ארבײט איז פארטיג- קומט דער טאװל צום דרוקער אין די הענטב ער באשמירט אים מיט א באזונדערער״ ספעציעלער אײל־פארב״ װעלכע ער טרײבט ארײן מיט אזא מין קאטשעלקע אין אלע פארטיפונגען פון דעם טאװל? די איבריגע פארב װערט דאן אפגעװישט מיט א לאפן. דעם טאװל לעגט מען אויף׳ן דרוק־פרעס׳ פון אויבן א פײכטן בויגן פאפיר״ - און בײדע צוזאמען געהן דורך אונטער א שװערן װאלץ. דורך דעם שטארקן קװעטש װערט איבערגעטראגן די גאנצע פארב פון דעם טאװל און פון זײנע קריצן אויף׳ן פאפיר• פארזיכטיג נעמט מען דאן אראפ דאס פאפיר - און אט איז דער פראבע־דרוק פאר די אויגן• לויט דעם דאזיגן אפצוג װערט דער טאװל װײטער בא־ ארבעט. די ערטער װאם קומען ארויס צו טונקל״ גלעט מען אויס מיט׳ן פאלירשטאל? אנדערע ערטער״ װאס קומען ארויס צו העל׳ באארבעט מען װידער מיט׳ן קריץ־מעסער. פײנערע איבערגאנגס ־ ליניעס װערן געמאכט מיט א שארף־גע־ שליפענער נאדל. װען די ארבײט שײנט צו זײן גענוג אויס־ געפוצט״ ציהט מען אפ א נײעם אפדרוק- פון װעלכן מ׳זעהט געװײנלין/ אז ס׳זײנען נײטיג נאך װײטערע קארעקטורן. אויף אזא אופן קומען ארויס די פארשידענע צושטאנדן פון דעם טאװל. דורך דעם שטענדיגן װישן מיט׳ן לאפן און דעם שטארקן קװעטש פונ׳ם דרוק־װאלץ״ ניצט זיך דער טאװל ביסלאכװײז אפ. די דינערע שטריכן װערן אלעמאל עדלער און ביס־ לאכװײז פארשװינדן זײ גאר אינגאגצן• דעריבער פלעגט מען פריער נעמען צו שטעכערײען״ װאס האבן געדארפט געדרוקט װערען אין א זײער גרויסער אויפלאגע״ אנשטאט דעם װײכן קופער - דאס פיל הארטערע שטאל״ און אויף אזא אופן איז אנטשטאנען די שטאל־שטעכערײ. הײגט אבער באזײטיגט מען דעם חסרון דורך דעם׳ װאס מען פארשטאלט דעם קופער־טאװל דורך גאלװאנירן. דאם דאזיגע דינינקע שטאל־הײטל״ װעלכעס פארענדערט די צײכנונג כמעט גארניט״ איך האב אמאל געהערט א זעהר שענעם אנעקדאט װעגן פויל מײערהײם: אײנער פון זײנע תלמידים׳ װעמעס מאהלעכץ ער האט זעהר שארף קריטיקירט׳ האט זיך פארענפערט דער־ מיט״ אז ער האט ניט געקאנט ריכטיג מאלן״ װײל די פארבן זײנען אים אויסגעגאנגען. דרויף האט אים מײערהײם גע־ ענפערט: אן דעם װענט עס זיך גאר ניט״ ליבער פרײנד. דער אלטיטשקער פראפעסאר נ• האט מיט גארטשיץ און מיט א בלײ־ שטיפט די שענסטע בילדער געמאלט• מיט די דאזיגע װערטער האט דער בארימטער חױת־מאלער געזאגט זעהר א װיכטיגע זאך• דאס מײנט״ אז א באמת טאלענ־ טירטער מענש קאן מיט יעדן מאטעריאל״ װאסיאים קומט צו די הענט״ שאפן גאנץ גוטע זאכן״ אזוי אז אין אמת׳ן שפילט די טעכניק בײ דער קונםטארבײט ערשט די צװײטע ראל״ אדער, ריכטיגער געזאגט: די טעכניק״ ד.ה.דאס האנטװערק״ איז א זעלבסטפארשטענדליכע זאך״ װעלכעס דער קינםטלער מוז האבן שוין גובר געװען. פארט אבער װאלט איך געזאגט״ אז דער אנקוקער פון א קונסטװערק קאן בעסער דערפון גע־ ניםץ און הנאה האבן׳ װען ער װײםט װי אזוי ס׳איז געמאכט געװארן״ מיט װעלכע מיטלן ס׳איז געמאכט געװארן. בא־ זונדער בא דער גראפישער טעכניק איז עס נײטיג דעם בליק פונ׳ם קונסט־ליבהאבער אויסצושארפן. דעריבער װיל איך דא אביסל זיך דורכשמועםן װעגן דער ראדיר־קונסט. בשעת די מאלערײ דערגרײכט איר װירקונג דורך די פיל־ פאכיגקײט פון די פארשידענע פארביגע פלאכן״ איז דאס ראדירן באגרעניצט אויף שװארץ און װײס• דער מאלער ארבײט מיט׳ן נאכגיביגן פינזל״ דער קריצער זעצט איבער די טויזנטפאכיגע ערשײנונגען פון דער נאטור אין א געפלעכט פון שטארקע און שװאכע שטריכן״ װעלכע ער קריצט אויס מיט א שפיציגער שטאלענער נאדל און דערנאך ברענט ער זײ אויס מיט א זויער־שטאף אויף א מעטאל־טאװל. די התחלה פון אט דער טעכניק איז געװען דער קופער־ שטיך. שוין אין די גרויע אלטע צײטן פלעגט מען אויס־ גראװירן אויף מעטאלענע כלים פארשידענע אויפשריפטן און באפוצונגען״ אבער ערשט אין מיטלאלטער״ נעמליך אין דײטשלאנד״ און מעהר־װײניגער דורך א צופאל״ װעלכער האט שוין אזוי אפט געשפילט זײן פרײנדליכע און װערטען־ שאפנדע ראל״ - איז ארויסגעקומען דער דרך״ אפצודרוקן אזעלכע גראװירטע צײכנונגן אויף פאפיר. דער קופער־ 9

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.