Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 3

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 3 (sequence 9)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
73% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--137-9581421
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

אין 17־טן יארהונדערט זײנען די פוילישע ײדן געװען געצװאונגן דורך שלעכטע פרנסה־פארהעלטנישן אויסצו־ װאנדערן פון דעם לאנה װאס האט זײ אמאל אזוי גאסט־ פרײנדליך אויפגענומך און זוכן אנדערע ערטער זיך צו בא־ זעצן. א גרויסער טײל פון די דאזיגע עמיגראנטען האט זיך באזעצט אין פראנקען״ אזוי אז שוין אם ענדע פון 17־טן יארהונדערט געפינען מיר דארט א סך נײגעגרינדעטע ײדישע קהלות. אין בעכהאפען׳ ניט װײט פון אנסבאן/ װערט אין יאר 1554 נור אײן ײד דערמאנט. און אין יאר 1607 איז דארט שוין דא א ײדישער בית־עולם און 1681 שוין א שוהל• קאן זײן טאקי אט די שוהל װאס שטעהט דארט נאך ביז הײנט און װאס לויט איר איבערשריפט איז זי אויסגעמאלט געװארן פון אליעזר זוסמאן בן־שלמה• פון דעם זעלבן מײסטער שטאמט דאס געמעל פון דער שוהל אין הארב. ניט װײט פונ׳ם שטעטיל קיפס בא באמבערג׳ װעלכעס איז פארענדיגט געװארן אין יאר 1707 און די שוהל פון קירכהײם בא װירצ־ בורג פונ׳ם יאר 1739 ביז 1740.״) בנוגע די אנגעצײכענטע דאטען פון די מאלערײען רעכענען מיר׳ אז אין זײ האבען זיך בײ די שפעטערדיגע איבער־ מאלונגען ארײנגעכאפט טעותים׳ דען ס׳לעגט זיך ניט אויף׳ן מח׳ אז דערזעלבער מאלער זאל האבען געמאלט 1666 אץ בעכהאפן (לויט׳ן עדות פון דער אויפשריפט) און 1707 און 1739/40 אין די אנדערע ערטער׳ דערפאר אבער איז שװערער מעגליך א טעות אינ׳ם נאמען פונ׳ם מאלער און מיר נעמען אן׳ אז עס איז װירקליך געװען דער זעלבער מאן׳ אבער ניט אין אזא װײטן אבשטאנד פון די יארען צװישן אײן שוהל און דער אנדערער• אין קירכהײמער שוהל גיט זיך דער דאזיגער אליעזר זוסמאן צו דערקענען אלס זוהן פון׳ם פארשטארבענעם בראדער חזן רבי שלמה ז׳ל און דערמיט װערען מיר געװאר׳ אז ער איז געװען אײנער פון די פון פוילען אײנגעװאנדערטע ײדן• אז דער מאלער פון אלע דרײ שוהלען איז אײנער געװען׳ איבערצײגט מען זיך ניט בלויז פון די אויפשריפטן״ נור הויפטזעכליך פון דעם׳ װאס אין אלע באגעגענט מען זיך מיט אײן און דעם זעלבען אוצר פון מאטױוען און סטיל פון די טיפען• דאס קרובה׳שאפט פון זײן קאמפאזיציע אין מאטױוען מיט דעם מאלעכץ פון יאבלאנאװ װעט זיך באװײזן פון דער גענויערער באשרײבונג• די שוהל פון בעכהאפען איז א ניט־אנזיכטיגעס האלץ־ געבײ פון ,./׳8 מעטער די לענג און 9 מעטער די ברײט׳ אן װעלכער עם שפארט זיך אן פון מערב זײט א קלײנע װאוינונג׳ אויפגעבויעט פון פאכויערק• אונטער דיעזער װאוינונג געפינט זיך די װײבערשע שוהל׳ אפגעטײלט;אויף דער פלאכער ערד פון דער מענערשוהל דורך א גראטע• אין דער מיט שטעהט א הילצערנער אלמעמאר׳ װעלכער האט׳ װי מ׳דערצעהלט׳ נאך אין יאהר 1860 אויסגעזעהן װי א חופה; מ׳דערקענט נאך די סמנים פון די איצט דערװײטערטע דרײנגליך• די אלטע שטענדערס שטעהן נאך און געבען צו דעם גאנצען רוים יענע געמיטליכע שטימונג׳ װעלכע פעהלט אזוי אין אונזערע הײנטיגע׳ מאדערנע סינאגאגן. •) די ידיעות האט אונז פרײנדליכסט צוגעשטעלט הער פראפעסאר פארגעס פון װירצבורג• עהנליך צו דעם איז אויך דאס בילד פון דער דרום װאנט׳ נור אנשטאט די לײבן שטעהן דארט אינ׳ם לינקן ברעט עפיס א מין פיר־פיסיגע חױת עהנליך צום גרײף אבער אהן פליגעל, און אויף רעכטם - בערען• אינטערעםאנטער פון אלע זײנען אודאי די באמאלעכצן פון דער מערב ־ װאנט• לינקס שטעהץ צװײ הירשן מיט געװאלטיג גרויסע הערנער. אין דער מיט א עלפאנט׳ װאס טראגט אוף זיך טורמן׳ אונטען צװײ פארליך ים־פערד װאס יעדעס פון זײ האלט א ראד• אוף רעכטס פונ׳ם מיטעל־ שטיק זעהן מיר: אין דער מיט א בוים אויף װעלכן עס קלטעערן צװײ בערען■ בא די זײטן א צװײגען־געפלעכט מיט א רויב־פויגעל׳ װאס פארנעמט זיך אויפצופרעסן א האזיל׳ דאן א שטארך ארומגעדרעהט פון א שלאנג• (זעה בילד ז׳ 2) כאטש ס׳איז זעהר לײכט צוצוגעבן די דאזיגע בילדער א געװיסע כװנה׳ למשל: דער שטארך קאן פארשטעלן פרומ־ קײט׳ דער פוקס מיט דער גאנז - דאס יידישע פאלק אלס רויב אין מויל פון די פעלקער און דעסגלײכען׳ דארף פון דעסטװעגן דא ניט׳ װי אין גלײכע פאלן פון דער אלטקריסט־ ליכער קונסט׳ אויפקומן דער געדאנק פון אזא מין אילוסטרירונג. אפילו ניט דארט׳ װאו דער צוזאמענהאנג צװישן טעקסט און׳ בילד זײנן גאר אנזיגטיג׳ אזוי װי למשל בײ יענעם ציטאט פון פרק• פיעל ריכטיגער זעהט מען פון א פארגלײך מיט די מיניאטורן פון העברעאישע מאנוסקריפטן׳ אז דא האט מען צו טון אײנפאך מיט דער באנוצונג פון אלטע טיפן׳ װעלכע האבן דא װי דארט געדינט אלס מאטױון פאר דעקא־ ראציע• פון די לעצטע יארען פון דער אנטיקע קענען מיר אזעלכע באפוצונגס־מאטױוען פונ׳ם שטיל־לעבן׳ פאר װעלכע מ׳טראכט ערשט שפעטער צו׳ און דאס זעהר געמוטשעט׳ עפיס א טעקסט (אזוי װי עס טון נאך הײנט אײניגע קריסט־ ליך־געפארבטע ארכעאלאגען). אנדערש נאטירליך שטעהט עס מיט די אויסמאלעכצן פון טעמפלען׳ טעמפעל־כלים און אנדערע הײליגע מקומות און געגענשטאנדן׳ בא װעלכע עס איז איבריגענס גלײך צו באמערקן די ארכאיםטישע אדער אנאטוראליסטישע כװנה זײערע• פון אזא איבערלעגונג קומט מען אבער צום װעג׳ װעלכן די דעקאראציע האט דורכגעמאכט ביז יאבלאנאװ• די אשכנזישע האנטשריפטן׳ אזוי װי מיר קענען זײ׳ למשל, פון דײטשלאנד׳ האבן זיכער דעם אונבאקאנטן מײסטער אנגערעגט• די דאזיגע געירשעטע קונסט זײנע האט דאן געליטן א קלײנע אבנײגונג דורך זײן סביבה און דעם סטיל פון זײן צײט װעלכע ער האט געװיס ניט סיםטעמאטיש שטודירט׳ נור פשוט אפט געזעהן אוף די טעקסטיל־געװעבן און גאלדשמיד־ ארבײטן און אנדערע קונסטגעװערבליכע מוסטערן. געװיסע אריענטאליזמען דארף מען ניט גלײך אויף׳ן חשבון פון ײדישער אײגנארט פארבוכן-, מ׳געפינט זײ איבעראל אין דער קונסט פון יענער צײט׳ װעלכע פלעגט אלעמאל װידער באקומן השפעה פונ׳ם אריענט• װער ס׳איז געװען דער קינסטלער פון יאבלאנאװ איז ניט באקאנט׳ כאטש זיכער מוז זײן׳ אז ער איז געװען א ײד אזוי װי א ײד איז עס געװען דער מאלער פון די דרײ פראנקישע שוהלען אין ב ע כ ה א פ ע ן ״ ה א ר ב און קירכהיי ם. ד• ס

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.