Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 2
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 32 (sequence 42)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 71% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581353--110-9581395- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ארטור שניצלער צו זיין זעכציגםטן געבורטםטאג אין ״פאראצעלזוס״ און אין דעם איבערגאנג פון א געשפילטר צו א װירקליכער מארדשבאה׳ װאס ברעכט אוים אין דעד רעװאלוציע־דראמע ״דער גריגער קאקאדו״׳ אין פיליפס נסױן אין ״בעאטריסעס שלײער׳/ אין דער שפיל מיטן טויט אין ״אײנ־ זאמען װעג׳/ אומעטום פארארבעט דער קיבסטלער די דאזיגע טעמע׳ די מאסקעסשפיל׳ אין װיציגע און טראגישע װאריאציעס׳ װאס שפארן און קערן זיך אום דורכאנאנד װי א פוגע׳ אזוי אז די מענשן מוזן זיך אלײן פרעגן׳ צי איז זײער לעבן געװעןקונסט אדער דילעטאנטיזם׳ צי איז זײער יש בלויז א שאטן׳ זײער ערנסט - בלויז קאמיזם אומגעװאוסט? און פונקט װי עס בלײבט אומגעװים׳ צי דער מענש טרײבט שפיל אדער ערנסט׳ אזוי פאושלײערט אױך א פארשטעלטער סוד לעבנס־צופאלן׳ װאס בלײבן אויסער דעם װילן און דעם רשות פובם פרט. אזוױוי דאסטאיעװסקי׳ס אן אויספארשריכטער אזוי נויט דער צופאל א מײסטערין א ליגנערין זיך אלײן מודה צו זײן׳ בעת ס׳איז שוין באזײטיגט יעדע געפאר׳ די זאך זאל אנטפלעקט װערן(״די טויטע שוױיגן״). דער צופאל ברײנגט אין ״ליבעלײ״ א ױנגען מענשן צו שטארבן פאר א דאמע׳ װאס זי איז אים שוין מער נישט ליב. דער צופאל ברײנגט צו פאר־ צװײפלונג דאס פארשטאטמײדל׳ װען אירער ליגט פאר איר טויט. מיט א חוזק פאריאגט דער צופאל א נעבאכ־ דיגר מעבשל פובם לעבן (״דער ערנטאג״)׳ פירט צונויף צװײ אפגענארטע שװינדלער (״דאס לעצטע אװנטעסן״) * אזוי װי א װארנער א שפאסטרײבער שליסט ער די עראטישע קײט אין ״קאראהאד״ און אנטפלעקט אין ״אײנזאמען װעג״ א קראפט׳ װאס מאכט צו נישט און צו שפאט אלע מענש־ ליכע אינטערעסן׳ אויסרעכענען׳ געפילאימפולסן. אבער הינטער דעם אלעמען שטײט א דיכטער׳ װאס שטעלט זיך גופא, זײן אײגענעם װעזן׳ די פראגע װעגן שפיל און ערנסט. צי שטימט דאם דיכטערישע געבײ מיט דער גרוים און מיט דער קראפט פונם רעאלן לעבן? צי כרײנגט דאס דעם דיכטער װײטער פונם לעבן׳ אײדער דעם נאאױון מענשן פון א גאנץ יאר? די דאזיגע ספקות׳ װאס האבן נישט געלאזט רוהען אזויבע װי יאקאב װאסערמאן׳ טאמאס מאן׳ קײזערלינק׳ האבן שװער גע־ טראפן שניצלערן אויך. אין א שארפער סאטירע האט ער געװיזן די סתירה אין דעם איבערגאנג פון ליטעראטור און לעבן. ער האט קײנמאל נישט אנגעװארן פון אויג די געפאר׳ װי אזוי ס׳קאן פארדארבן װערן דאס אײגענע געפיללעבן׳ װען מ׳האלט זיך אין אײן אײבפילן׳ אײנלעבן זיך אין פרעמדע פערזענליכקײטן. דא איז כדאי צו באמערקן׳ אז שניצלער׳ דער דיכטעה װאס האט אזוי שארף אויםגעדרוקט דאס רײפע און דאס אומ־ רוהיגע אין דעם געפיל פאר דער טרוימעװדיגקײט פונם לעבן פאר דעם אװאנטױרעחשק פון דער זעעל׳ - דער דאזיגער דיכטער איז א ײד. די פסיכאלאגישע אײגנשאפטן פונם ײדן האבן אים שטענדיג גערײצט צום שאפן. אין דער דראמע ״פראפעסאר בערנהארדי״ פארמשפט מען צו טורמע דעם העלד׳ א יידישן דאקטאר׳ דערפאר וואס ער האט נישט ציגעלאזט׳ אויפן ערשטן קוק איז אין שניצלערס װערק צו זעהן לויטער עלעגאנטע לעבױבגען. זײ האבן מאדנע פיל גליק און ליבע; זײ באװײזן אויך קינםטלערישע פעהיגקײטן׳ מײסטנס אבער איז דאס בא זײ א שפיל. זײ פארמאגן הומאר און איראניע׳ קאבען איראניזירן פון זיך אויך׳ נעמען דאס לעבן בישט צו ערנסט׳ מ׳טרײבט מעלאנכאליע מער אלס מיטל זיך גופא צו בארוהיגן׳ מ׳זאל זיך פארשפארן אויסװארפן אײגענע נישטיג־ קײט׳ אײדער דאם זאל זײ שטערן צו געביסן דאס לעבן• נעבן זײ שטײט די שענע פרוי פון דער גוטער געזעלשאפט און דאס זיסע מײדל פון דער פארשטאט׳ און אונזערע ױנגע העלדן טרײבן ארום צװישן די בײדע. דאן קומען די קלוגע׳ מײםטנס א ביסל בײזע פארטרעטער פון אן עלטערן דור ו אונטער זײער השפעה הויבט זיך אן צו ענדערן דער גײסט־ צושטאנד בא די ױנגע צענטראלע פיגורן. שפעטער, מיט די יארן, רוקן זיך שניצלערס געשטאלטן אלץ מער ארויס פון דער ױגנטספערע. בעצם בלײבן זײ אבער דיזעלבע מענשן. די אײגנטימלאכקײט פון זײערע לעבנספארהעלטענישן אנט־ פלעקט איצט אין שארפע שטריכן זײר באטײט פאר דער עפאכע, װאס שניצלער לעבט אין איר און װאם טרײבט אים צו שאפן. שניצלער האט מיט די טיפן פון זײן פאטערשטאט װין נישט בלויז געװירקט׳ אז א גאנצער דור לעבעדיגע מענשן זאל זיך אריענטירן אויף זײן ארט זעהן און אויף זײבע פיגורן. ער האט געכאפט דעם כאראקטער פון זײן צײט דעם אקעגנגעשטעלט זײן אײגענע אידײע װעגן לעבן... ער האט שטענדיג פארטיפט זײן טעבה צו מעבשנס גורל, און אויב ער האט אויסגעמיטן צו זאגן דאס לעצטע װארט׳ האט ער זיך אבער קײנמאל נישט צופרידנגעשטעלט מיט אן אײליגן׳ לײכטן עבטפער. א געװיטער סכנות לאקערט אויף דער פארפײנערטער זעעלן לעבנס שפילן מיט געפאר, און ס׳ציט צו אזוינע ריזיקאלישע לעבנס ו דעם מענשנס זעעל׳ װאס אנטפלעקט פילזײטיגקײט׳ רײכע קערעװדיגקײט׳ דער לוקסוס פון גײסט און חושים׳ - דאס אלץ איז דער קװאל פון שניצלערס קינסטלעראײגנס. דאס האט זיך װײטער אנטװיקלט אין א שטרײט מיט פרע־ טענזיעס און ספקות׳ װאס שטעקן אין דער טיפ־אינעװײניגסטער םפערע אין דעם זעלבסטגעפיל בא דעם מאדערבעם מענשן. טויט און ליבע, - דאס זײנען די גרויסע טעמעס, װאס לאזן זיך אומעטום הערן אין שניצלערס שאפן. אין דער העכסטער לעבנסלוסט באװײזט זיך צו מענשן דער טויט הינטערן רוקן׳ און זײ מוזן זיך פרעגן, װאס פאר א זין׳ װאס פאר א געװיס האט דאס לעבן? שניצלער דערלאנגט דאס מײסטנס מיט א מערקװערדיג פארפלעכטן שפיל און װירקלאכקייט אזוי׳ אז מ׳פארלירט די זיכערקײט, װאו הערט אויף אײנס און ס׳הויבט זיך אן דאס אנדערע׳ און ס׳מוז דערװעקן בײ די פאראינטערעסירטע א בדטערן אומצוטרוי׳ צי נארט מען זיך נישט אין דעם׳ װאס מ׳האט געהאלטן פאר זיכער און װערט? אין אנאטאלס מורא פאר ״דער פראגע צום גורל׳/ אין דער שפיל מיט מענשנזעעלן 32