Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 2 · p. Seite 20

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 2
Date
1922-01-01
Page
Seite 20 (sequence 30)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
71% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581353--098-9581383
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ניט אויף דער טעכניק, מ׳לעבט מיט• אזוי װײניגסטנם האט דאס אויפגענומען זײן דור מענשן. א קעגן האט מען בא אזוינעם װי גאװארני (1866-1804). מער מאדעצײכנער און מאלער פון דער עלעגאנטער געזעלשאפט. באװאונדערט גראד װירטואזע טעכניק. זײן װאונדערליך טיף סאמעטן שװארץ. זײן ראפינירטע ליניע. די גראציע פון זײנע שא־ פונגען (זעה אפבילדונג ז 27). אויב בא דאמיע איז צו געפונען עסטעטישע װערטזאכן׳ איז דאס עפים װי ניט אן אים געװענדט׳ נישט געקוקט װאם ער איז דאמיע• ער האט קנאפ אינטערעס פאר דער קינםט־ לעריש־באארבעטער פארבנשטיק ז זײנע געשטאלטן זײנען װי פון לײם געקנעטן׳ אויפגענומען מער פלאםטיש׳ אײדער מאלעריש♦ אפגעשלאגענע שאטנם זאלן באטײטן דעם ארום ז א קאפ׳ א האנט פארקײלעכדיגט אין א שטארקער נאטיר־ ליכקײט ז פונקט אזוי רעאל׳ מיט די הענט אנצוטאפן׳ איז זײן קאריקאטור אויך• בײדע זאכן זײנען קאמפליצירטער געװארן אין דער הײנ־ טיגע קאריקאטור׳ אגב ניט בלויז אין דער קאריקאטור׳ נאר אין דער צײכנונג בכלל♦ דאם שארף־אװםגעדריקטע׳ דאס פלאםטישע האט אנגעהויבן אויםצוזעהן דערװידער• מ׳האט מורא געקריגן פאר א פאלשן פאפאם׳ די שארפע עפעקטן זײנען געװארן געשמאקלאז• אום גאר צו פארשטײן אהײנטיגן צײכנער׳ אלצאײנם אײנעם פון אגאנץ יאר׳ אדער דעם גרויםן צײכנער מיט פרעטענזיעס׳ דארף מען אפשר דורכנעמען די גארע געשמאקאנטװיקלונג׳ װאס לאזט זיך פילן זײט די ס2 ער יארן• אום זיך קלאר צו מאכן׳ פארװאס אין דעם הײנטיגן קונסטבאנעמען װערט אונז אלס פרעמדער׳ דערװידער׳ דער פרט פלאסטיש אלײן פאר זיך׳ אפגעזונדערט אין דעם ארום׳ װעט מען מוזן ארײנציהען אין קאן דעם סאציאלן ראמאן׳ װאם זאלא האט געשאפן׳ די טעאריע פון דער םביבה׳ דעם אפשניט מיט די העלדן און דעם ארויפקום פון די מאםן אין דער ליטעראטור• אום אויסצודרוקן די םביבה׳ װאס שלײערט מענשן׳ דאס ״עפיס״׳ װאס לאזט זיך ניט אנטאפן׳ שטעלט מען שוין מער ניט קײן שארפע סילועטן אויף א געװיסן פאן ז דער עצם־באגריף פיגור און פאן איז שוין ניטא מער׳ די גרע־ ניצן מישן זיך אויס׳ גיסן זיך צונויף• גאיא׳ דער מאסנ־ מאלער׳ האט שוין אײגנטליך געהאט עפיס פון דער ארט זעהן׳ װאס מ׳רופט דאם אימפרעסיאניסטיש• אנדערע װילן דאס הײנט שוין אויך האבן בײגעקומען׳ זײ!װילן האבן א שארפערע צײבנונג׳ א פעסטערע פארם• פאר אזוינע קינסטלער איז שוין די ליטאגראפיע ניט דאם פאםיגע מיטל ז דער האלצשניט און דער קופערשטעך האט אײניגע זײערע צו פארדאנקען א נײע בליצײט• לויט דער טראדיציע׳ אפילו זעהר א ױנגער׳ געהערן צו דער ליטאגראפיע יענע טאלענטן׳ װאס דער מינוט־אײנדרוק אינם קינסטלערישן איבער־ לעבן איז בא זיי דאס װיכטיגסטע• די ױנגע קינסטלערין אשטייגער׳ רחלשאליט־מארקום׳ האלט דיליטאגראפיע פארדאס אײנציגע פינקטליכע אויסדרוקמיטל׳ פון אציטעריגן שאטן־ שימער באװײזן זיך שטילע געשטאלטן׳ אמאל געשטאלטן׳ אמאל בלויז א האנט׳ א צעשפרײטע אומליבע האנט(דאס בא־ אמטנמײדל אין עמיגראנטנבױרא)׳ אן אנדער האנט (די אוים־ געצערטע האנט פון דער עמיגראנטנפרוי)׳ אשמײכל׳ א גרי־ א סיטואציע אויף דער מינוט׳ א בליץ־אײנדרוק׳ - איז די ליטאגראפיע דאס געהעריגע טעכנישע מיטל. פארשטײט זיך׳ אז א קינסטלער מיט אזא טעמפעראמענט װי דעלאקרוא (1799-1863) האט געמוזט אנקומען צו אזא מיטל. און גאיא (1746-1828) דער אלטער׳ אבער דער אײביג פרײער׳ האט זיך אויך געפילט גענוג ױנג צו נעמען זיך פאר דעם נײעם מיטל. ס׳האט אים געמוזט שטארק ציהען צו זעהן פארמערט עפעקטן פון א פעדער־אדער א קרײד־צײכנונג׳ פון אשטודיע געפענזלט מיט טוש• דער דאזיגער קינסטלער׳ װאס האט זיך געגעבן אזויפיל מי צו געװינען אויף דער מעטאלפלאטע מאלערישע פארבנשטיקער מיט א ספעציעלער מעטאדע און מיט ספעציעלע אינסטרומענטן׳ האט זיך געמוזט פרײען צו זעהן דעמזעלבן רעזולטאט אויף אשטײן נאר אהן יעדער מי. די אפבילדונג ז. 18 װײזט אונז אײן בלאט פון זײנע 4 ליטא־ גראפישע בלעטער צס16>זס8 צסזס!׳ סצענעס פון דעם אקסנקאמף אין בארדא. אויף איבערצוגיבן סצענעס פון אקסנקאמף׳ װאו דער עיקר איז שארף צו כאפן די באװעגונגען׳ אימפרעסיאניסטיש אויפ־ צונעמען די סצענע׳ װײל אלץ בויט זיך דארט אויף דער מינוט׳ די זשעסטן און באװעגונגן פון דעם טארעאדאר און פון דעם אקס׳ די באנעמונג פון די צוזעהער׳ די שפרינגנדיגע שײן אויף דער זונבאשטראלטער ארענע׳ דא העל׳ דארט פארשאטנט׳ אויף איבערצוגעבן אזא רירעװדיגע זעהונג האט מען באדארפט האבן ניט אנדערש נאר א צײכנונג׳ װאס איז אימשטאנד דירעקט צו סטענאגראפירן דאס אויפגענומענע אהן יעדן שטער. בלויז א ליטאגראפיע האט געקאנט איבער־ געבן אזא םטענאגראמע. נאך אײנער׳ האנארע דאמיע (1808-1879)׳ מיט אזא פײערדיגן טעמפעראמענט װי גאיא׳ האט זיך גענומען פאר דער ליטאגראפיע און האט נעלאזט אויף איר זײן װירקונג א לאנגע צײט. אבער דאס איז שוין געװען א מאן פון אן אנדער צײט און פון אן אנדער סביבה. די צײט איז געװען - די ױלי־רעװאלוציע 1830׳ און דער קינסטלער איז געװען א צײכנער אין דער טאג־פרעםע. די פאליטישע קאריקאטור׳ דאס שטרײט־מיטל פון דער טעגליכער פרעסע׳ האט אנגע־ הויבן צו װאקסן אין פאריז די 30 ער יארן• ס׳זײנען געװארן אזוינע בלעטער ווי סז^^ס״&ס *.1 און ״*.ע״&וזס(קאצנמוזיק)׳ װאס זײנען נאכגעגאנגען די פאליטישע טאגגעשעהענישן מיט געפעפערטע פירושים• דאמיע׳ם בײסנדיגע סאטירע האט ניט געשוינט קײן אײן פאליטיקער פון דעם ערשטן פארלא־ מענט־רעזשים אין פראנקרײך׳ קײן אײן ריכטער און אנגע־ קלאגטן אין די פראצעסן װעגן די אומרוהען אפריל 1835. ער האט געשאפן דעם טיפ גרויסע פאליטישע קאריקאטור• דער פרעסעגעזעץ סעפטעמבער 1835 האט דערשטיקט די פאליטישע קאריקאטור• שזט^״סס *ע האט זיך פארמאכט׳ דער 1ז3זי1ז3ז01 האט שוין איצט געצילט זײנע פײלען בלויז אין דער בורזשו־ אזער געזעלשאפט. דאמיע האט אויסגעשפעט די אויפגעקומענע׳ די הויכקריכער׳ דאס ציגײנערגעזינדל׳ גרינדער׳ אינדוסטריע־ ריטער׳ ספעקולאנטן׳ וואס די פאליטישע איבערקערעניש האט זיי צוגעשפילט׳ ווי אױך די זיטן םונם קליינבירגערטום. בא דאמיע איז די צײכנונג געװענדט אן דער געגעבענער לאגע׳ דער אינהאלט האט צו זאגן אויפן בילד. מ׳פרעגט 20

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.