Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 2 · p. Seite 14

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 2
Date
1922-01-01
Page
Seite 14 (sequence 24)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
78% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581353--092-9581377
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

טירליכע ארגאנישע פארמען װערן מגולגל אין די מאטעמא־ טישע פארמען פון שטײן. בלי ספק: די דאזיגע ריכטונג אין דער קונסט איז בסך הכל נישט געװען זעהר פרוככאר. װארום בא הײנטיג טאג איז זי שוין ״געװען״• זי האט אין זיך א מין שנאה צו טאלענט. און אין די טיפסטע טיפענישן פון איר נשמה איז זי דאך נזיר׳יש- קונסטפײנטליך. זי האט נישט האלט די געזעהענע אויבערפלאך פון די זאכן און די מענשך זי װיל געבן עפים מעהר װי בלויז געזעהענס. און איטליכע מאלערײ איז דאך סוף כל סוף פארקניפלט מיט אלץ׳ װאס לאזט זיך זעהן• אבער מיר זײנען דא נישט אויסן צי קריטיקירך מיר האבן בלויז געװאלט װײזך װי די אנטװיקלונג איז דא געגאנגען• דער אימפרעסיאניזם איז געװען די קונסט פון א גרופע׳ װעלכע איז געשטאנען אויף א הויכע מדרגה פון קולטור. עס איז גענוג א קוק צו טוך מיט װאס פאר א דערהויבענער פײנקײט עס איז געמאלט געװארן דער קאפ פון שאקע בא רענאאר (זײט 11). פון די פראסטע קעפ מיט די גראבע ליניעס׳ װעלכע דער עקספרעסיאניזם מאלט׳ האט א פנים ארויסגעקוקט אנאנדערע גרופע׳ און הױת װי דער עקספרעסיאניזם איז אויפ־ געקומען אין דער אײגענער צײט װי די סאציאליסטישע רע־ װאלוציעס אין די אײראפעישע מדינות. האט מען געמײנט. אז דאס איז די קונסט פונ׳ם פראלעטאריאט. אבער אזוינע מיני פארגלײכן זענען מעהר װי פאלש• די אנטװיקלונגען פון דער קונסט לאזן זיך נישט אויסטײטשן דורך פאליטישע לא־ זונגען. די קעפ פון די עקספרעסיאניסטישע פארטרעטן זענען נישט דערפאר פון אזא הארבער פראסטקײט- װײל זײ שטעלן מיט זיך פאר אנאנדערע גרופע פונ׳ם פאלק. מיר נעמען אך אז בײדע קונסט־ריכטונגען זענען אדורכגעדרונגען פון דעם זעלביגן רצון״ און אז געביטן האבן זיך נאר די איבער־ געגעבענע זאכן. װיל מען אבער פארשטײן דעם עקספרע־ סיאניזם. מוז מען אויך פארשטײן- אז ער גײט ארויס פון אנ׳אנדער װעלט־געפיל אײדער דער אימפרעםיאניזם• ד״ר גבריאל מארצינסקי שטופן זיך צום תמצית פון די זאכן• אחוץ דעם האט דער עקספרעסיאניסט א נטיה צו נזירות. אין תוך קוקט ער פון אויבן אראפ אויף די געזעהענע װעלט. כאטש ער דריקט אויס דעם דאזיגן געפיל אין א קונסט. װעלכע איז בטבע געמאכט פאר דעם זעהן• זײנע פארטרעטן זוכן װידער אמאל די נשמה אויף א פשוט׳ן און גלײכן אופן. פול מיט טעמפעראמענט און קראפט װי מ י י ד נ ע ר אין דער פארקרימונג און דער פארגלױוערונג פונ׳ם אויסדרוק (זײט 31) אדער אין קינדלי־ כער שװאכקײט װי באנד׳ װעלכער גיט נישט אין זײן קאפ (זײט 12) א באשטימטע נשמה פון א יחיד׳ נאר עפעס אזוינס׳ װאס זעהט אויס װי ״נשמה׳דיגקײט״• און אפילו דארט. װאו מען איז נישט אויסן קײן אנדערע זאך. װי איבערצוגעבן דעם גוף. דעם קערפער, נעמט מען אים נישט מיט אלע מקרה׳דיגע ערשײנונגען. נאר מען ״בויט אים אויף״ אויפ׳סנײ װי א שטיק ארכיטעקטור. אלס א צונױפקלאנג פון מאסן און ליניעס• עס זענען דערבײ ארויסגעקומען אסך משונה׳דיגע זאכן און אונטער דעם כישוף־װארט ״לויט דעם אויפבויענדיגן שטײגער״ האט זיך ארײנגעגנב׳עט אין דער קונסט אסך פסולת• אבער עס שטעקט אויך דערין אנ׳ערנס־ טער און קינצלעריש באטײטפולער אינסטינקט פאר דעם ״אויפבויען״ אין דעם גרויסן פארנעם• דער פרויען־פארטרעט פון בערלעװי. װעלכער איז דא איבערגעגעבן (זײט 16). איז א בײשפיל פון אזא מין אויפבויאונג׳ אין א ביסל א שװאכער און אויסגעפײנטערער פארם5 אינ׳ם געזיכט און אינ׳ם קער־ פער איז נישטא קײן סליאד פון יענער בארײדעװדיגער און אימפרעסיאניסטישער אינדױױדואליטעט׳ װעלכע איז אויסגע־ דריקט אין דעס בילד פון ליבערמאנס באראן בערגער? און דעם אמת רעדנדיג׳ האט מען דא גארנישט געװאלט געבן קײן אינדױוידואליטעט. די נטיה אויפצובויען דעם קערפער פון כלומר׳שט ארכיטעקטאנישע מאסן איז דערפירט געװארן ביז צו דער העכסטער מדרגה אין דעם קוביזם׳ אװאו די נא־ מזל חשון. פון דעד הגדה 1 .סא (סוף 15 טעס יארהונדערט) נױרנבערג• נאציאנאל מוזעאום• 1סתס!*0א .8ז:>כ1ת״זסא .ץז11*מ6ס ו1*15 .1 .זא;>ו11 וחסז? .5180 18081ג£ס2 £ 14 1

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.