Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 2
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 13 (sequence 23)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581353--091-9581376- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
מינה נישט געװען״ װאס ער האט איבערגעגעבן צי - מענשן- צי הײזער״ צי פײזאזשן. אלץ איז געװארן צו א מין אידיליע- צו א הויפן פון פארבן־קלעקן- און די עובדא פון איבער־ געבן איז אפגעטרעטן אין א זײט• אזא מין אידיליע־פארטרעט איז דער פרויען־קאפ פון מאנע (זײט 9). דאס װאס מען זעהט דא איז שוין גאר נישט קײן קאפ פון א פרוי״ און אויך נישט קײן קאפ פון א מענשן בכלל׳ נאר א שטיק שײנע הויט״ אי־ בערגעגעבן פונקט אזוי אומפארזענליך־אביעקטױו װי א קוסט פון בעז אדער װי א בינטל שפארגל• אטדאס איז דער תמצית פוג׳ם אימפרעסיאניזם: דער כלומרשט פילאזאפישער געדאנק״ אז די מאלערײ קאן תופס זײן נאר די ערשײנונג״ און אז אין דער אײגענער צײט אנט־ פלעקט זיך אין דער דאזיגער ערשײנונג אויך אלץ װאס ליגט הינטער איר. עס זײנען נישטא קײן מקרא־זאכן״ װעלכע מען דארף אפראמען״ כדי מען זאל קענען ארויסשײלן דעם קערנדל פון די זאכץ״ װארום אז נישט פארפאלשט מען אים• עם פעלט דער באגריף פון צייט״ אלץ איז פלוצימדיג• דער אימפרעסיא־ ניסט איז א פלאם־פײערדיגער חסיד פונ׳ם זעהן״ ער איז פארליבט אין דער געזעהענער װעלט• דערפון נעמט זיך זײן טעאריע״ אז דער אמת׳ער קינצלער קאן אלץ מאלן. עס זענען נישטא קײן דערהויבענע״ אידילישע אדער עראטישע טעמעס- װעלכע עס װאלט װערט געװען צו מאלן צוליב זײער דערהויבנקײט״ זײער אידיליע און זײער עראטיק. פאר דעם אימפרעםיאניסטישן קינצלער איז נישטא קײן תוך״ װעלכן ער װאלט געװאלט איבערגעבן״ כדי איבערצוגעבן דוקא דעם דאזיגן תוך און נישט קײן אנדערן. דער אימפרעסיאניסט האט מיט א הארבער אויסגעהאלטנקײט אפגערײניגט די מא־ לערײ פון דער נטיה צו געשיכטע״ צום זשאנר• ער האט אין אונז אנטװיקלט א חוש הריח פאר ״ליטעראטור״ און ״מאלע־ ריי״. דאם װאס איז װערט לויט אים געמאלט צו װערן׳ דאס זײנען פארבן־פלעקן און די הארמאניע פוןןזײ• אבער ער איז אדורכגעדרונגען פונ׳ם געדאנק״ אז דוקא אזוי קאן מען איבער־ געבן די נאטור אין אירע דרך־הטבע׳דיגסטער נאטירליכקײט• און אײנמאל אין א שײנעם פרימארגן איז געװארן א סוף צו דעם דאזיגן גאנצן כישוף. פאר אונז אלעמען״ װעלכע האבן איבערגעלעבט די אנטװיקלונג פון דער אימפרעסיא־ ניסטישער קונסט איז זי ביז דער לעצטער מינוט געבליבן פריש״ אינטערעסאנט און פול מוט ױגנט - און פלוצים איז עפעס אפגעריסן געװארן״ און א נײער געפיל האט זיך אנגעהויבן ארויסצושפארן• מען האט שוין נישט געװאלט זעהן די װעלט פון דרויסן נאר פון אינװעניג. מען האט אסך גערעדט מכח דעם װידעראנאנד פון אײנדרוק און אויסדרוק״ פון דעם אויפ־ נעמענדיגן אימפרעםיאניסטישן שטײגער״ װעלכער זוכט רק איבערצוגעבן״ און פון דער פראדוקטױויטעט פון דער נײער קונסט׳ װעלכע רײסט זיך ארויס און װעלכע מען האט אנ־ גערופן ״עקספרעסיאניזם״׳ עס האט זיך דא אין דער אמת׳ן אנטפלעקט א נײער װעלט־געפילז און נישט נאר אין דער מאלערײ אלײן• עס איז זעהר אינטערעסאנט צו פארגלײכן די נײע קונסט מיט דער פילאזאפיע פון דער אײגענער צײט• אויך דא האט מען געװאלט אװעק פון דער ״ערשײנונג״״ װעלכע די קאנטישע פילאזאפיע האט געהאלטן פאר דאס אײנציגע״ װאס מען קאן װיסן״ און װי נישט איז אדורכ־ דיגער פארטרעט־מאלער פלעגט אין א געװיסער מאס אזוי מאכן. אמת״ ער האט נישט געזוכט קײן אלגעמײנע שײנ־ קײט״ אבער ער האט זיך געסטארעט ארויסצוארבעטן פון דעם קאפ דאס כאראקטעריסטישע״ תמיד׳יגע און תמצית׳דיגע״ װאס שטײט מחוץ פון די פארשידענע צופאלן״ װעלכע דער מאמענט ברענגט מיט זיך• און דערין האט געשטעקט א בא־ שטימטע פילאזאפיע״ דער געדאנק״ אז די נשמה אנטפלעקט זיך אין גוף אין איטליכער רגע״ אז די נשמה איז עפעס״ װאס מען קאן און מען מוז אפזונדערן פונ׳ם גוף מיט אלע זײנע חסרונות״ כדי זי זאל זיך קאנען ארויםװײזן אין איר גאנצער רײנקײט• דאס איז אין תוך די קריסטליך־מיטלאלטערליכע אנשויאונג מכח דער נשמה״ װעלכע האט געפונען איר אויס־ דרוק אין דער נזירות און די אינסטיטוציע פון די מאנאכעס. דער אימפרעסיאניסט האט אנדערע השגות• פאר אים איז נישטא קײן נשמה״ װאס זאל זײן אפגעזונדערט פונ׳ם גוף״ װעלכער איז דאס מקרה׳דיגע״ שפלע און װעלכן מען דארף גובר זײן. פאר אים עקזעסטירט דאך נאר די ערשײנונג מיט אלע אירע צופאלן. ער גיט נישט יענעם כאראקטעריסטישן אוסדרוק״ װעלכן מען האט פריהער געזוכט״ נאר דעם פלוצימ־ דיגן און דוקא פלוצימדיגן אהן קײץ שום אויםקלויבעניש און נישט אדורכלאזנדיג קײן אײנציגע קלײניגקײט• אט דער מענש״ װאס אנטפלעקט זיך אין דער סאמער רגע׳דיגער רגע איז פאר אים דער אמת׳ער מענש? דאס איבריגע איז פאר אים בלויז אנ׳אנשטעל״ אנ׳אויסטראכטעניש און א פאלשקײט• פון אזא מין אנשויאונג איז ארויסגעװאקסן אזא מין פאר־ טרעט- װי דער באראן ב ע ר ג ע ר פון ליבערמאנ׳ען (זײט 10). איטליכעס קנײטשל״ איטליכע אומגלײכקײט איז אויפגעכאפט געװארן״ און אין דער אײגענער צײט איז אויך אויפגעכאפט געװארן דער רושם פון פלוצימדיגקײט• מען זעהט״ װי ער באװעגט זיך און עס בײט זיך דער אויסדרוקן די רגע איז געגעבן געװארן װי זי איז און נישט פארגלױוערט געװארן• אזא מין בילד זעהט אויס ״צעפלאטערט׳/ עס פעהלט אים דאס אפגעטאקטע״ פארטיגע׳ ״די גלאטמאלערײ״״ װי די אימפרעסיא־ ניסטען רופן עס אן מיט א ביטולן װארום דער אימפרעסיא־ ניסט װיל כלל נישט ״פארטיג״ מאכן לויט דעם אלטן שטײגער״ װארום דאן װאלט ער נישט געקאנט געבן דעם אײנדרוק פון א רגע׳דיגער פלוצימקײט• אין אנהויב האט מען דעם אימ־ פרעסיאניזם אויפגעװארפן דערין״ אז זײנע בילדער מאכן דעם רושם פון עסקיז׳ן װײל מען האט נישט תופס געװען זײן טיפערן מײן״ זעהענדיג אין אים נאר דעם נישט־קאנען פון ברענגען די זאך צו פולקאמקײט• הײנט האט מען זיך שוין צוגעװאוינט צו אזא אופן פון מאלן• ער פארמאגט א מעלה״ װאס אי׳ז גאר נישט אפצושאצן• הױת װי די בילדער זײנען נישט ״גלאטגעמאכט״- זעהט מען באשײנפארלאך דעם פיר מיט דעם פענזל׳ און מען באקומט א געפיל פאר די אינדױוי־ דואליטעט פונם מאלער״ װעלכע דריקט זיך אויס דערין• מיר זעהען באשײנפערלאך דעם ״כתב־יד״ פון דעם קינצלער״ דעם טיםסטן אויסדרוק פון זײן גײסטיגן מהות• אבער זײענדיג פארליבט אין אלץ װאס מען קאן זעהן״ האט זיך סוף כל סוף בא אים אלץ געמוזט צעגײן אין פארבן־ קלעקן׳ און דאן איז שוין פאר דעם קינצלער קײן נפקא־