Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 2
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 7 (sequence 17)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581353--085-9581370- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
- רביצין- גיב מיר װעש אויף שבת• זי האט געקוקט װי ער האט זיך געטוליעט אין כאלאטל׳ פעסטער פארצויגץ די קרייקע״ װי ער װאלט זיך געקליבן באלד עפעס אפצוטאך און אין צימער האט זיך געהערט: - עתיק־ױמין - - - עתיק־ױמין - - - - װאס מאכט אױ/ - ר׳ מאיר׳ל? - האט די רביצין עט־ ליכע מאל איבערגעחזר׳ט - האט מען אײך יעדן פרײטאג געגעבן װעש? ער האט נישט אויפגעהויבן די אויגן׳ װײטער געציפט די קרײקע און אין דעם פארלאזטן חדר האט זיך קוים געהערט: - עתיק־ױמין-עתיק־ױמין- דער רביצין איז קאלט געװארן. זי האט געקוקט אויפן פארגלױוערטן זקן׳ װאס גוסםט שוין אזוי יארן׳ און איר גאנץ לעבן דא אין הויף האט פאר איר אויפגעשײנט אין דער רגע׳ די נעכט האט זי פארבראכט אין געװײן׳ גענומען חדשים ביז זי האט זיך צוגעװײנט צום שװאגער׳ זיך געשרא־ קען דער משוגענער זאל צו איר נישט ארײנקריכן דורך דער װאנט׳ די קינדער האבן זיך בא איר נישט געהאלטן און אז שרה׳לע איז געבוירן געװארן א נישט דערבאקענע און זי׳ די רביצין׳ האט אנגעהויבן צו קרענקן׳ איז דער רבי קאלט גע־ װארן צו איר׳ א שװערע מרה־שחורה האט זיך פארקליבן אין הויף׳ האט אלעמען ארומגעכאפט׳ אפגעטעמפט יעדן פארלאנג׳ האט די רביצין מיטן מײדעלע אויםגעמיטן מענשן׳ דערפיהלט די קללה אין זיך און א קרענקליכע הנאה געהאט װאס די קללה פארשפרײט זיך און הענגט איבערץ הויף• פונקט דעמאלט איז זײער׳ס א קרוב געשטארבן׳ איבערגע־ לאזט א מײדעלע און דער רבי האט זי געבראכט אין הויז ארײן• די רביצין האט פײנט געקריגן דושקע׳ן׳ נישט געקאנט זעהן װי דער רבי שפילט זיך מיט איר׳ געליטן װען דאם מײדעלע האט מיט איר געלעכטער פארטריבן די מרה שחורה פון די פארלאזטע צימערן׳ די שנאה צו דושקע׳ן איז געװאקםן בא דער רביצין מיט די יארן׳ איר נישט געקאנט מוחל זײן׳ פאר װאס זי האט זיך ארײנגעריסן מיט איר געלעכטר אין איר פארשאלטן לעבן׳ און װאס מעהר זי האט געליטן׳ אלץ שטארקער האט זיך איר געװאלט לעבן• אװעקגעבלאזן מיט א הויך די שװערע פארגאנגענהײט און באשלאסן מעהר נישט צו שװײגן׳ נאך הײנט׳ ערב ראש־השנה׳ װעט זי פאדערן פון רבי׳ן א ברכה• ' זי האט זיך אויסגעװישט די אויגן און איז ארײנגעפארן אויפ׳ן װעגעלע אין עס־צימער• דא האט זי זיך אויסגעגלײכט׳ באקומען אן אנדער קול׳ גערופן די דינסטן׳ זײ געשיקט אהער׳ אהין׳ נישט געקאנט פארטראגן װאס דושקע שטײט נישט אײן אויף אן ארט׳ איז צו פרײליך און זיך געבײזרט אויף איר: - װאס צעשטעלסטו נישט די לײכטער? דער רבי אין װײסע זײדענע קלײדער איז ארײנגעקומען אן אויסגעצװאגענער׳ זיך נישט באגריםט מיטן װײב און גע־ זאגט אין דער װעלט ארײן: - צײט ליכט בענשן ז - שלמה׳לע׳ אײדער כ׳גײ ליכט בענשן - האט די רביצ׳ן זיך בא אים געבעטן - װיל איך פון דיר א ברכה• פועל בא גאט כ׳זאל געזונט װערןו די חסידים װאס זײנען געװען אויפ׳ן הויף האבן ארײנגע־ זעצט די רביצין אין א װעגעלע מיט גומענע רעדער און זי געטראגן מיט פאראד אין שטוב ארײן• דער רביצינס אויסגעגעבענע טאכטער׳ א נישט דערבא־ קענע׳ האט זיך אזוי דערפרעהט מיטן װעגעלע װאס פארט אלײן׳ אז זי האט פארגעסן אין די מוטער און װי א קינד גענומען הויבן פון גרויס פרײד דאם קלײד ארויף און אראפ: ■ך - א װעגעלע ׳. א װעגעלע ׳. - שרה׳לע׳ פרעגסט זיך גארנישט װאס די מאמע מאכט! - האט די רביצ׳ן אנגענומען זי פאר דער גאמבע׳ װי מען נעמט אן א קינד• שרה׳לע האט געעפנט א מויל מיט װײסע צײן אז ס׳האט אזש א בלענד געטאן׳ נאריש געשמײכלט און זיך אװעק־ געדרײט• די רביצין האט געשאקעלט מיטן קאפ׳ נאכגעקוקט דער טאכטער װאס האט זיך אזוי געהאט צעװאקסן׳ אז די קלײדער האבען שיער נישט געפלאצט אויף איר און אפגעזיפצט: - אזא אומגליק! זי האט זיך אויסגעגלײכט אויפ׳ן װעגעלע און א מאך גע־ טאן מיט דער האנט: - װאס שטײסטו? האסט פארגעסן אז פונקט צװעלף בענשט מען הײנט ליכט? ס׳איז דאך ערב ראש־השנה! - דער טיש׳ מוה־מעשי׳ איז שוין געגרײט• די רביצ׳ן האט נישט געענטפערט׳ זיך צעװיעגט מיט די הענט און איז ארײנגעפארן מיטן װעגעלע אין א צװײטן צימער• די צימערן׳ גרויסע׳ טונקעלע׳ מיט פארהאנגענע פענסטער׳ זײנען געװען אנגעשטעלט מיט אלטפרענקיש מעבל׳ װאם איז געבליבן פון רבינס עלטער־זײדן׳ דעם ערשטן װאורקער• די קינדער האבן זיך נישט געהאלטן בא די װאורקער און אז א קינד איז יא געבליבן איז עס געװען א נישט דערבאקנס• איץ הויף האבן זיך ארומגעדרײט משוגעים. אלע רוהיגע מרה־ שחורה׳ניקעס׳ װאס האבן קײנעם נישט געטשעפעט• יעדער האט געהאט זײן משוגעת׳ געזעסן אין א באזונדער צימער׳ ארײנגעאטעמט׳ ארײנגעמח׳ט זײנע גרימאסן און העוױת אין די װענט׳ אין די שװערע שטיקער מעבל׳ ביז די טויטע זאכן האבן אגגעהויבן שרעקן׳ אנגעיאגט א מרה־שחורה• אין דעם צימער װאו די רביצ׳ן איז ארײנגעפארן׳ איז געזעסן איר שװאגער׳ א זקן אין די אכציגער. זײן זײדן צע־ דרױועלט כאלאטל איז געװען פעסט פארצויגן מיט א קרײקע׳ די פארװאקסענע אויגן געװענדט צו דער פאדלאגע און די אויסגעטרוקענטע ליפן האבן געמורמעלט: - ער איז אן ״עיזיק־ ױמין״׳ אן ״עתיק־ױמין״׳ און ער איז אויך א ״בחור ואיש מלחמה״ - דער זקן איז געזעסן אין דעם פארלאזטן חדר װאו שפינ־ װעבס האט זיך געשפרײט פון אײן װינקל צום צװײטן׳ גע־ מורמעלט מיט די ליפן און צװישן די קנײטשן אויף זײן פארמעטנעם פנים האט זיך געקליבן ערד• אז די רביצין איז אנגעקומען קײן װאורקע איז ער שוין געזעסן אין דעם חדר און געפירט אויפן קול חשבונות מנט דער װעלט. יעדן פרײטאג האט ער אויפגעזוכט די שװעגעריז און זיך געבעטן: *!:74]י| 1