Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 2 · p. Seite 5

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 2
Date
1922-01-01
Page
Seite 5 (sequence 15)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
71% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581353--083-9581368
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

בא דעם פראגצויז איז דא א װארט: ״&וממוסוף! *^ס 16ז<51 16״ ס׳איז נאך אבער מער: דער מענטש װײזט זיך ארױס אין זײן כתב• מיט א אמת׳ער באװאונדערונג קוקן בא הײנטיגן טאג אונזערע דורות אויף דער שטארקער מוטיגער שריפט פון אונזערע אבות. אזא מין אות> װאס נעמט ארײן אין זיך מיט א שטאלצן באװאוסטזײן די װאגיגע גלידער- - באהעפטן די שװערקײט פון דעם אלף מיט דער באפליגלטקײט פון דעם שטורמדיגן למד - אזא מין אות איז א צײכן פון דעם כאדאקטער׳ איז א מענטשליכער דיא־ קומענט. דא מערקט מען ניט קײן שפור אפילו פון דער נײע װאקלדיגקײט פון די שפעטערדיגערע דורות׳ דער שטריך איז דא נישט קײן דינינקער און נישט קײן אומבאשטימטער׳ נאר ס׳איז קאנטיג אין אים א פעסטע האנט׳ ער איז שארף און שטרײכט אונטער דעם געפיל. װאס פאר א תענוג עם איז דער קעגנזאץ פון די מיט זאפט שפרודלנדיגע שװארצע פלעקן און די װי האר דינינקע עקליך׳ דאס בײטן זיך פון די גלײכע ליניעס מיט די לײכט געבויגענע קרײזען און צירקלעך \ אמשטארקסטן זײנען אבער די װײסע גלאנצליכטער פון דעם אלף אויבן אויף דעם דיאגאנאל־פלעקל׳ דרײ שארף־װינקלדיגע דרײעקן׳ װאס זײנען װי צוקנדיגע בליצן׳ װי אומדערװארטע הויכע אקצענטן פון א פון גאט געבענטשטער שטים׳ װאס איז מבשר דער װעלט פרײדיגן לוסט פון לעבן• נישט אפגעשװאכט׳קלינ־ גענדיג רײן אוץ פול׳ דרינגט צו אונז דורך די שטריכן פון אן אות די װאונדערליכע שטים פון װײטע יארהונ־ דערטן. אויסגעמאלט האט דעם דאזיגן אות אינמיטן פון דעם 14 י״ה א ײדישער סופר פון מעריב־דײטשלאנד װאס איז געװען א קיגסטלער אין זײן פאך• דאס איז געװען א צײט פון מוראדיגע רדופות. נישט קוקנדיג אױף דער מהומה׳ גישט קוקנדיג אויף דער פארצװײפלונג איז נאך געבליבן אין א שטארקן דור פון דער ראסע דער גײסט ניט געבויגן׳ דער חוש ניט מטושטש פאר דער װירקליכקײט׳ פאר דער הארמאניע און שײנקײט• פ ו ן א מ ח ז ו ר (מיטע 14 יארהונדערט). דרעזדן׳ יאפאנישעס פאלײ .ס 46 .א .*1״ז .15פ01? 65ו1:>15ת0<ןס1 .ץזנז^תפס ו1411 סו11 £ס 15סע6511? זס1 }1ססנ1־61׳<8ז? 0 ומסז? .1ס11ס1 1>101£ז!וו111111 .ס 46 .145 .ת16>65ז0

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.