Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 2
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 3 (sequence 13)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 75% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581353--081-9581366- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
די װענט פונ׳ם קלויסטער״. אלזא א קונסט פאר עמי הארצים. אבער עמי־הארצים״ װאס זײער הארץ איז געװען פול פון גלויבן- און װעלכע האבן געװאלט, אז די קונסט זאל זײ ניט געבן קײן שטײנער אנשטאט ברויט. פאר זײער גאלדענעם גרונט טרעטן אויף די געשטאלטן װי ארטיסטן. װעלכע שטעלן זיךהארט בא דער ראמפעכדי צוװירקןנאך בעסער אויף דעם עולם• און די געשטאלטן װערן ניט צוריסן אין אײנצעלנע שטריכן פונ׳ם פענזל, נאר האלטן שטרענג צוזאמעך לויט זײער פארם און פארב• װאס פאר א װאוילטאג עס איז פאר אונזער מאדערנעם אויג״ װאס האט זיך אנגעזעטיגט מיט נױאנסן צו קוקן אויף אטדער גרויסער. אײנפאכער ליניענ־ שפראך. אויף די לאנגע׳ טיפע פארבן־אקארדן• דא דערפילט די מאדערגע קונםט איר אינװײניגסטע קרובה׳שאפט? דער געדיכטער שלײער װאס האט פינף הונדערט יאר פארשטעלט פון אונז דאס פארשטענדעניש פון דער מיטל־ אלטערליכער קונסט איז פלוצלינג צורינען װי נעפל פון דער זון• װי פיל סטרונעס פון דער הײנטיגער נשמה עס זאלן ניט אנגערירט װערן בעת׳ן באטראכטן די מיטלאלטערליכע קונסט, טאר מען אבער ניט פארגעסןדעם גרויסן חלוק״ װאסס׳איז פאראן צװישן אונז. די מיטלאלטערליכע צײט האט געהאט א אפ־ געשלאסענע אנשויאונג פון גאט און פון װעלט״ בשעת דער הײנטיגער מענש - אויב ער הענגט ניט אין דעם אלטן גלויבן - האלט דאך נאר אין אײן זוכן. אטדי געװיסקײט״ װאס שטעקט אין דער מיטלאלטערליכער רעליגיע״ דריקט זיך אויך אויס אין דער קונסט• פון איר שטאמט עס דער פארנעם. די פײער־ ליכקײט״ דער סטיל. און דער עצם פרימיטױוקײט פון דעם מיטלאלטער שטאמט פון סאמע תוך? װער עס שטײט אין מיטן״ דעם זײנען ניט נוגע די קרומע שטעגעליך פון דער פעריפעריע. דער הײנטװעלטיגער מענש בענקט שוין ארויס־ צוגײן פון זײן הײנטיגער צעפליקטקײט אוןפונ׳ס נײ צוריק־ צוקערן צו א נײער אײנפאכקײט• אבער דערװײל מערקט מען נאך בא אים אין דער פאראײנפאכקײט דאס זוכעניש• דארטן, װאו דער מיטלאלטער האט געגעבן א אמת׳ע ברענענ־ דיגע התלהבות״ באמערקט זיך אין דער מאדערנער קונסט נאר א נערװעזע צודיסנקײט. ערשט װען א נײער פירנדיגער געדאנק װעט פונ׳ס נײ דורכדרינגען די הײנטיגע מענשהײט, ערשט דענסטמאל װעט די קונםט באקומען יענע פעסטע געשלאסנקײט״ װעלכע מיר בעװאונדערן אזוי אינם מיטלאלטער די קונסטגעשיכטע״ דאס ױנגסטע קינד פון דער היסטארישער װיסנשאפט״ אנטװיקעלט אין אונז א אלץ פײנערן געפיל װי אזו צו באגרײפן דעם נשמה־אינהאלט פון א קונסט־װערק• און די הײנטיגע קונסט גופא נאכדעם װי זי האט זיך א פאר־ ליבטע געװאלגערט צו פיםן פון דער נאטור. הײבט פלוצלינג אן צו זוכן נײע אידעאלן• זײנען דען גאר ניט פארגעקומען קײן אינװײניגסטע אױפרעגונגעך װעלכע דער קינסטלער קאן בשום אופץ ניט אויסדריקן אין הסכם מיט דער נאטור? באקומט זי דען ניט אקינסטלערישע װירקונג אויך דענסטמאל. װען דער קינסטלער פארענדערט אביסל די נאטור. ציט זי אויס אדער בויגט זי צונויף״ קורץ װען ער איז דער בעל הבית פון דער נאטור, און ניט קײן אונטערטעניגער קנעכט אירער? האט דען ניט די מיטלאלטערליכע צײט צוליב די גלײכע טעמים פארגוואלטיגט די נאטור? אטדי נאטור׳ װעלכע איז דאך פארן גאטספורכטיגן מענשן פונ׳ם מיטלאלטער קײנ־ מאל ניט געװען א ציל פאר זיך׳ נאר מער ניט װי א מיטל צום ציל״ א מין דורכגאנגם מדרגה צום העכערן״ צום רוחנױת׳דיגן? דאס װאס ס׳האט זיך געריסן אויסגעדריקט צו װערן אין דער קונסט איז נאך געװען די תורה װאס שטאמט פון מזרח״ און װאס איז אויסן געװען מנצח צו זײן די גשמױת דורך דעם גײםט״ און אויפצוגײן אין מסירות נפש פאר גאט• האט מען דען געקאנט אויסמאלןדי הײליגע געשטאלטןניט אויסגעצוי־ גענערהײט״ בעת מען האט געװאלט אויסדריקן״ אז זײ שטײען נאר מיט א שמאלן פוס אויף דער ערז/ און זײער גאנצער מהות ציט זיך צום הימל ארויף? מוז דען ניט די סביבה פאר־ קלענערט װערן אויפ׳ן מינימום״ כדי די נאטור ארום זאל ניט צו שטארק ארײנכאפן דעם מענשן? װאס פאר א תכלית שטעקט דען אין דעם רוים, װאס די פערספעקטױו דארף עס דעם זעהער אויסמאלן? װי נישטיג זענען געװען אטדי אלע שפיצליך אנטקעגן דעם טיפן גלויבנם־אינהאלט״ װאס מען איז אויסן געװען אויסצודריקן? און אטדער דאזיגער אינהאלט האט געמוזט זײן פאר־ שטענדליך פאר יעדן פשוטן מעגשן• דער עיקר זײנען דא געװען ניט די פײנע חלוקים פון שאפן״ פון װעלכע נאר דער גרויסער מבין לעקט די פינגער• ״פארן פאלק״ - האט אמאל געשריבן דער פאפסט גרעגאר דער גרויסער - ״איז די מאלערײ שטאף צום לײנען. דאס װאס דער פשוטער מענש קען ניט ארויסלײנען פון די ביכער זאל ער זעהן אויםגעמאלט אויף פראגץ לאנדםבערגער ^4 מזל תשרי• פון דער הגדה 1 .סא (סוף 15 טעם יארהונדערט) נױרנברג• נאציאנאל מוזעאום• ותג561טא!סמסיזסא .^(!תתסתתא .ץתטזתשס ו1511 .1 .סא י131>0888א 6ו11 ומסת? •״518 18081[>ס2