Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 2 · p. Seite 2

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 2
Date
1922-01-01
Page
Seite 2 (sequence 12)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
76% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581353--080-9581365
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

חתן־כלה• פון א מחזור (14 יאהרהונדערט). אונױוערזיכעטם־ביבליאטעק לייפציג .ץזט^משז ו1411 6ו11 1ס 815^6511? זס1 >1ססנ1ז6ץ8ז? 8 ותסז? .ז81? 181)51-1 €ו1ז .ץז8זו111 ץ11*ז6ז<1מ11 .§21ק)ש1 /*.;ג״■ />}׳ 34* מיטלאלטער און איצט זיך געפילט שטאלץ אפן שפיץ פון א אנטװיקלונג/ װעלכע יארהונדערטן האבן געבויט• די בוי־קונסט/ װעלכע האט דאך מיט דעם אימפרעסיאגיזם קײן שום שײכות ניט, איז גאר אינ־ גאנצען ארויס פון קאן. אז מען פלעגט רעדן װעגן קונסט״ פלעגט מען אײגנטלעך מײנען נור מאלערײ. און דערבײ האט מען פעסט געגלויבט, אז אט די קונסט האט פון תמיד אן געהאט דאס אײנציגע ציל: נאכצומאכן די נאטור• דאס מיטל־ אלטער האט דאס בשום אופן ניט געקענט דערװייזן. ערשט צום סוף פונ׳ם מיטלאלטער אוז עס ביסלעכװײז העלער געװארן, און דענסטמאל הויבט זיך אן יענער עקשנות׳דיגער קאמף ארויםצורײסן בא דער נאטור אײן םוד נאכן אנדערן״ ביז ס׳איז סוף כל סוף געקומען דער אימפרעסיאניזם״ װאס לערנט װי אזוי ארויסצוהערן דאס אײדעלסטע פלאטערן פון דער נאטור״ דעם גלאנץ פון דער פרײער לופט און די דורכלויפנדיגע באװעגונג• אזוי װי עס װאלט בכלל געװען א פארטשריט אין דער קונסטנ איז דען קונסט טעכניק- אדער מעדיצין׳ װאו אײן פארשער שטײט אויף די פלייצעס פונ׳ם פריהעריגן״ און איז שטענדיג דעריבער העכער פארץ פריעריגןי קען דען ניט די קונסט אין יעדן םונקט פון איר װעג זײן באם צילי הײםט דען ניט פאר דער קונסט דערגרײכן דעם ציל װען א נשמה־אינהאלט נעמט אן א קערפערליכן געשטאלטי פארשטײט זיך אז דער צוקוקער מוז ערשט קענען פון דער דאזיגער געשטאלט ארויסלײנען יענעם ערשטן נשמה־אינהאלט• מען מוז״ קודם כל״ די דאזיגע בילדערשריפט פארשטײן״ און ניט צוגײן צו איר מיט א פארטיגן שולחן־ערוך• זינט די רענעסאנס האט געפסק׳נט״ אז די קונסט דארף נאכמאכן די נאטור, איז די נאטורפרעמדע מיטלאלטערליכע צײט געװארן לגמרי פסול. אנ׳אויסנאם האט מען געמאכט נאר פאר דער מיטעלאלטערליכער בוײקונסט״ װײל פון בוי־קונסט פארלאנגט מען דאך ניט קײן נאכמאכונג פון דער נאטור• קודם כל איז דער אומ־חן געפאלן אויף פלאסטיק און מאלערײ. מיט אײנמאל איז פארשװאונדן דער רײץ פון די געשטאלטן״ װאם זײנען געשטאנען אױסגעצױגענערהײט בײ די טויערן אדער זײנען געװען װי צוגעקלעפט צום פלאכן־גאלדענעם פאן״ און פונקט אזוי אויך איז פלוצלים נמאס געװארן די סכע־ מאטישע סצענעריע פון פעלזן־ אדער ארכיטעקטור־קוליסן װאס זײנען געצײכנט לויט א פאלשער פערספעקטױו און װעלכע רינגלען ארום אט די געשטאלטן• אין אנהויב פונים 19טן יארהונדערט, אז די ראמאנטיק האט זיך פארבענקט נאך דער פארגאנגענהײט״ האט מען װידעראמאל אנגעהויבן האבן הנאה פון די נאאױוע אויס־ דריקן פון דער פרימיטױוער קונסט״ אבער װײטער פון דער גאטיק איז מען ניט געגאנגען״ און די הנאה גופא״ װאס מ׳האט געהאט״ איז געװען א מין װײכער געפיל־טאן״ װעמען דאס פריהעריגע שטרענגע מיטלאלטער איז נאך גאר פרעמד געװען• און אויך אטדער אומזיכערער פרוב צו דערנעהנטערן זיך צום מיטלאלטער איז באלד פארפלײצט געװארן פון דער גרויסער נאטוראליסטישער כװאליע״ װעלכע האט זיך א גאס געטאן איבער דעם 19טן יארהונדערט. אינ׳ם אימפרעסיאניזם האט די דאזיגע כװאליע דערגרײכט איר העכסטן פונקט. מען האט 2

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.