Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 1
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 29 (sequence 46)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 84% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581288--048-9581333- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
אויפז־&־ץביץ אין זײערע מאנטלען אײנגעהילט. זעהן. האט ער זיך בא־ זעצט פון הינטן און לאנג ארויפגעקוקט אויפ׳ן בארג. האט ער זײ נאך ביז איצט נישט געזעהן. און גארן גארט ער זײ און װארטן װארט אומגעדול־^דיג׳ און אלע פארנאכט פאר׳ן בארג און פאר זײן צופיסנס קניט. דעם קאפ ארויף און צום בארג׳ס הויך פארריםן. און ער קוקט זיך זײנע אויגן אויס. און קײן שאטנדיל גײט נישט פ א ר ב י י זײנע אױגן. און קײן מינדסטער ריר װערט פון זײן געהער און פון זײן אויער נישט דורכגעלאזט. האט ער זײ אבער נישט געזעהן און נישט געהערט א צײט. נאר אײנמאל. אין א אװנט א מאל- נאך לאנגן קניען. און נאך לאנגן קוקן אנגעשטרענג־ טן/ האט פון שפיץ פון בארג און פון זײן העכםטער הויך א קול דערהערט. און דאס קול האט אזוי געזאגט: - - ״ריה דו װעסט דײנע געטערס ממשלה נישט אומקערן און דײן פאטער׳ס שטאם נישט געװעלטיגן מאכן. ביז דו װעסט דיד נישט קײן פאר געפינען. און ביז דו װעסט נישט פון זיך און פון איר א נײעם דור אויפשטעלן...״ האט עס אויסגעהערט דער ריז׳ האט ער זיך פארטראכט: און װאו זאל ער זיך א פאר געפינען׳ אז פון ריזן־שטאם איז ער דער לעצטער׳ און צו װעמן װעט זיך װענדן׳ אז דער מין זײנער איז שוין אויסגעשטארבן׳ און אין ישוב איז מען נישט גלײך צו אים׳ און אין ישוב האט מען אויף אים׳ װי אויף א אנגעשעהניש און װי אויף א װילד־קדמונים אי־ בערבלײב געקוקט... און אז ער איז דעם ישוב דורכגעגאן׳ האט ער מיט׳ן קאפ די זון פון ישוב פארשטעלט׳ און אז ער האט דורך דעם ישוב דורכגעשפרײזט׳ האט ער מיט זײנע פיס חורבנות און אומגליקן אנגעמאכט: און װעלדער און בוימער האט ער אװעקגעלעגט׳ און שטעט און פעלדער האט ער צו־ טריטן׳ און מענשן האט ער צו מילבן געמאכט׳ און מענ־ שן האבן זיך פאר אים אין ערד־ל־׳עכער און אין שטײן־ שפאלטן פארשטעקט♦ האט ער אזוי געטראכט׳ און צו װע־ מען זאל ער זיך װענדן׳ און בײ װעמען זאל ער אײן עצז־־ז פרעגן׳ און דאס קול פון בארג האט זיך דאך נאר אײנמאל גערעדט׳ און דאס קול פון בארג האט ער שוין מער פון דארט נישט פארנומען. איז ער אין גרויס צער געװען. און אויף אלע זײטן אין דער מדבר האט ער זיך ארומגעזעהן: און אפשר װעט עמיצער ד א ך צו אים קומן׳ און אפשר װעט זיך עמיצער דאך פון דער ווייט באװײזן. איז אבער די מדבר - מדבר און מער נישט - געװען׳ איז ער אזוי עלענט אויף זײן ארט געזעםן און די אויגן צו דער װײטקײט גע־ האלטן׳ האט ער אויסער זיך נישט געפונען ארום זיך גאר־ אויפ׳ן גרענלץ פון ישוב און מדבר דרײט זיך עפיס א בריאה א פארשטעלעױש ארום׳ די װאך און די מדבר־גרעניץ היט׳ און תמיד איז מיט היטן און מיט װאכן באשעפטיגט• - װאס װארט ױ פון דער מדברן - עמיצער דארף אנקומען און זיך באװײזן פון דארט - זאגט זי• ־ד - װער? האלט זי זיך אויף פון זאגן... אבער אז מ׳שטײט צו איר צו׳ א סוף־טאג אמאל׳ אז פון װאכן און אומגײן איז מיד׳ און פון לאנגן זיך ארומדרײען און פון אנגעשטרענג־ טן ארויסקוקן - שוין פארמאטערטן און זי זעצט זיך אויף א שטײן דאן צו׳ און איר פנלם איז פארזארגט און מלט טרויער צו דער מדבר געװענדט ז אז מ׳טרעפט זיך דאן בײ איר און מ׳לאזט זיך צו איר שטײן און צו איר צופיסנס אראפ און מ׳טוט בײ איר - ״אויף װעמען װארט זי״ - א פרעג׳ - אויס־ דרײען דרײט זי זיך דאן מלט׳ן פנים צום פרעגער׳ מיט אירע אויגן טוט אויפ׳ן פרעגער׳ס פנים און אויף אים אינגאנצן א קוק׳ און דאן׳ אפקוקנדיג קערעװעט זיך װידער צו דער מדבר אויס׳ קערעװעט זלך אויס און ס׳זאגט ארויס פון איר:- - אויף װעמען װארט איך? אויפ׳ן קעמל מיט די צװײ הארבעס פון דער מדבר. - און װאס ברענגט מיט זיך דאס קעמל? - נישט קײן רײטער און נישט קײן צוים־האלטער׳ נישט קײנע סחורות און קײנע נלשט משאות׳ נאר צװײ ליכט אויף די הארבעס... - װאם הײסט עס? דאן דערצײלט די בוײאה: - - װײט אין דער מדבר איצט׳ אונטער אײנעם א זאמד־ בארג א ריזיגן׳ װאוינט א ריז און א לעצט־פארבליבענער• געשװאוירן האט זיך דער ריז׳ ער װעט דעם װעג צוריק צו זײן עלטערן־שטאבם געפינען׳ ער װעט אויך זײערע געטער און זײערע טעמפלען אויסגראבן׳ ער װעט זײ אומקערן און זײער ממשלה אויפשטעלן. האט ער שוין אבער א האלבע װעלט אויף גײען גע׳פטר׳ט׳ און ביז ער האט זיך אין דער מדבר געטראפן׳ און ביז ער האט זיך צו יענעם בארג צוגע־ שלאגן... און זאגן האט מען אים געזאגט׳ אז אויף יענעבמ בארג האלטן זיך אויף די געטער׳ און דערצײלן האט מען אים דערצײלט׳ אז אין א פארנאכט א מאל׳ װען דער בארג פארטונקלט און מיט נאכט פארבלאזן װערט׳ פאר א שטורם און פאר א נאכטישן אין דער מדבר׳ קאן מען זײ אויפ׳ן הויכ׳ן שפיץ׳ אויף זײערע שטעקנס אנגעשפארט׳ און