Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 1
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 18 (sequence 35)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 73% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581288--037-9581322- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
טװיקעלט ביז צו דער מדרגה׳ װאס האט פארשאפט זײנע שריפטן דעם עלעגאנטן און טײלמאל דעם גרויסארטיגן סטיל פון פארטרעט מאלעריי• דעם געדאנק׳ אז עס איז פאראן א מאדערן גײסטיג לעבן׳ װאס אונטערשײדט זיך לויט זײן עיקר און זײנע קאנסעקװענצן פון אלע אנדערע עפאכן׳ אלצאײנס אדער ענליך אין פארשידענע לענדער׳ האט בראנדעס צום ערשטן מאל ארױסגע־ זאגט אין זײן ױגנט־בוך: ״די הױפטשטרעמונגען אין דער ליטעראטור דאם 19־טע יארהונדערט״• בראנדעם האט שפעטער דארט אויסגעמעקט אײניגע געדאנקן פע־ לער אבער דאם דאזיגע בוך בלײבט עד הױם כאראקטעריסטיש פאר זײן גײסטיג אײגנם׳ און פון דער דאזיגער פאזיציע איז בראנדעם קײנמאל ניט אפגעטראטן• זײן קריטיק איבער די אײראפעאישע הויפט־ליטעראטורן איז אנגעזאפט מיט דעם גײסט פון זעהר א װיכטיגער עפאכע אין דער סקאנדינאװישער קולטור־אנטװיק־ לונג — דאם איז דער ״דורכבראך־פעריאד״• אונטער דעם װארט ״דורכבראך״ מײנט מען א באװעגונג װאם האט אין דער דענםטמאל אפגעשלאםענער סקאנדינא־ װישער קולטור ארײנגעבראכט די רעזולטאטן פון דער מאדערנער װיסנשאפט און װאס האט מיט דער הילף פון נייע פראבלעמן שטארק צעקלאפט די אלטע קינסט־ לערישע טראדיציעס און דעם באגריף פון געזעלשאפט• די דאזיגע באװעגונג איז דורך איבםן׳ ביערנסאן׳ פ• יאקאבםען׳ געארג בראנדעס א־ן זײן ברודער עדװארד געבראכט געװארן אין די לענדער׳ װאם ליגן װײטער אין דרום־זײט און האט דערהויפט שטארק געלאזט מערקן איר השפעה אויף דער דײטשער ליטעראטור יענע צײט װען דער נאטוראליזם האט געהאלטן אץ װאקםן• אין דעם דאזיגן ״דורכבראך״גײסט שטעקט דער מקור פון געארג בראנדעס׳עס גײסטינער אינ־ דיװידואליטעט• זײן גײסטיג אײגנס איז געגעבן אין זײן קריטיק? אבער זײנע אידעען־אינטערעםן שטעקן ניט בלויז אין דער מאדערנער ליטעראטור און אירע געזעלשאפטליכע הנחות• די בעםטע ארבעטן האט ער געגעבן װעגן צװײ מעגער׳ װאס האבן געהאט דעם גרעסטן באטײט פאר די לעצטע דורות: דעם ענגל־^ישן מלוכה־טוער דיזראעלי און דעם באגרינדער פון דער דײטשער םאציאלדעמאקרא־ טיע פערדינאנד לאסאל• די דאזיגע װערק שטײען העכער פאר זײנע שריפטן װעגן שעקספיר׳ גאטע און צעזאר; שריפטן׳ װאס האבן געװיס אסך פרטים פון דאס ניי באלײכט און װאס פארנעמען דאריבער אן אנגעזעהן ארט אין דער ליטערא־ טור׳ אבער זײ בארירן ניט אסך טיפער־שטעקנדיגע פראגן• פאליטישע ארבעט געבונדן מיט גײסטיגן פארנעם-אט דאס האט געצויגן בראנדעסץ צו לאסאלץ און דיזראעליץ׳ דאס איז די פארבינדוגג פון דיכטערישן עלעמענט מיט מלוכד־ו־ טוערישער נאטור — א זאך׳ װאם די פאלקם פאנטאזי זוכט אפט בא אנדערע גרויסע פאליטיקער און געפינט ניט• - דער נאפאלעאנישער שטריך - אט דאם האט בראנ־ דעס ארויסגעפונען און באלײכט מיט קאנגעניאלן פארשטאנד• ניט אומזיסט האבן די דאזיגע ביידע מענער געשטאמט פון יודן פונקט אזוי װי בראנדעס גופא; ניט אומזיסט האט דער ױדישער עלעמענט אין זײער דורכאוים מאדערנער װעלטביל־ דונג געהאט א באזונדער שארפע׳ בולטע פארם• לעבן־לאנג האט זיך בס־תנדעם געפילט אלס קאםמאפאליט׳ אבער לפחות זײנע קעגנער האבן איבם תמיד געגעבן אנצוהערן זײן ױדישע אפשטאמונג• די לעצטע יארן האט ער געקראגן אלץ מער פארשטאנד פאר דאס נאציאנאלע לעבן און פאר די באדערפנישן בא די יודישע מאסן אין מזרח־אײראפע• בעת דעם װעלט קריג האט געארג בראנדעס געהערט צו יענער קלײנער אבער פײנער גרופע יחידים׳ װאס האבן ניט פארלארן דעם קלארן פארשטאנד אינ׳ם נעפל בלוט און האס• ער האט גערעדט ״אויף דער פרײסטער שפראך אין דענעמארק״• דאס האט אים געקאםט אםך םימפאטיע און פרײנט׳אבער ער איז געבליבן טרײ צו זײנע אידעאלן׳ הגם ער האט געװאוסט׳ נאך פון זײן ױגנט׳ אז דער שכר פאר אזא ערליכקײט איז א ביטערער׳ אין מ׳מאכט זיך דורכדעם אומ־ פאפולער• אין זײנע ױנגע יארן גערודפ׳ט און פארר־זאסט׳ אויף דער עלטער ניט געבראכן און ניט פארצװייפלט׳ אנגעזעהן אין גאנץ אייראפע׳ איז געארג בראנדעם געבליבן שטארק ניט בלויז בא זײנע מײנונגען׳ נאר בא זײן געפיל און בא זײן גײםטיג אײגנם אויך• אים איז באשערט געװען צו דערלעבן א צײט׳ אז איבער דער װעלט זאלן פארשפרייט װערן די אידייען׳ װאס ער ה>תט געארבעט׳ געקעמפט און געליטן םאר זײ• ד״ר הוגא ביעבער קריםטנטום און ער האט געמוזט אויםװאנדרן אויף א צײט קיין אויםלאנד• דאם װאס א סך פונ׳ם ױנגן דור האבן זיך פון אים אפגעקערט׳ איז אפשר פאר איבם געװען א גרעסערער קלאפ אײדער די אפאזיציע װאם ער האט געטראפן בא די אנהײנגער פון די אלטע אידעאלן• אבער די װעלטגעשיכטע האט געזארגט דער־ פאר׳ אז די אמתע און טיפע אימפולסן פון זײן גײסטיגקײט זאלן אנגענומען װערן פאר לעבעדיגע און לעבענםפירערדיגע• דער נצחון איז םוף כל םוף געקומען: קורץ פאר זײן אכציגיאריגן געבורטםטאג האט די דענישע געזעלשאפט געפײערט פאר א יום־טוב יענעם ױבל־טאג׳ און בראנדעס האט אין קאפנהאגענער אוני־ װערסיטעט געענדיגט זײן ערשטע לעקציע מיט דעם אפט ציטירטן װארט װעגן זײן אמונה אין דעם ״פרײען געדאנק און אין דער פרײער מענשליכקײט•״ און צום אכציגסטן געבורטסטאג האבן אים פארטרעטער פון דער גארער װעלט באז־ גריסט אלס דעם גרויסארטיגן גײסטיגן פארמיטלער• אין זײן ליטערארישער ארבײט איז בראנדעס פון אנהויב אן גיװען באמיט ארויסצושטעלן אוניװערסאלע השגות און מאסשטאבן אנשטאט נאציאנאלע• דאס באטײט לחלוטין ניט אז ער האט ניט געהאט קײן אינװײניגםטן חוש פאר מענער און שריפטן׳ װאס טראגן אויף זיך דעם אינדױוידועלן אויסדרוק פון זײער פאלק און זײער לאנד• אבער בשעת בראנדעס אנאליזירט דענישע דיכטער פון זײן צײט׳ אדער ער פרובט זיך ארײנטאן אין דער פראבלעמאטיק פון א דײטשן שרײבער׳ אדער װען ער ערקלערט דעם מאדערנעם גײסטשטײגער אויפ׳ן יסוד פון א פראנ־ צויזישן ראמאן אדער פון פארשידענע מאדערנע פאליטיקער־טיפען — איז דער תויך פון זײנע שריפטן שטענדיג די געשיכטע פון אײראפעאישער גײםטיגער אנטװיקלונג• ער האט ניט בלויז געשריבן די דאזיגע געשיכטע׳ ער פלעגט זיך אקטױו מישן אין איר אויך• אין א צײט פון עפיגאנען האט ער אנטדעקט ױנגע טאלענטן און האט זײ לײכטער געמאכט דעם װעג• אפילו אין שפעטערע יארן האט ער ניט אנגעװארן זײן זעלטענע פעהיגקײט אײנזאפן נײע אידײעך ער האט ניט דורכגעלאזט קײן אײן געלעגנהײט גוט באקאנט צו װערן מיט די נײע גיינג און זיך אין זײ ארײנטאן• אין קאפענהאגענער אונױוערסיטעט האט בראנדעס גע־ האלטן לעקציעס װעגן ניצשע אין א צײט׳ װען מ׳האט דעם דאזיגן פילאזאף שלעכט געקענט אץ דײטשלאנד גופא׳ װען בלויז געצײלטע יחירים האבן אנגע־ הײבן צו באנעמען אז זיין פיליזאפיע איז דאך עפעס װערט• ער האט פרי דער־ קענט איבסענ׳ס און סטרינדבערג׳ס באטײט׳ און ער האט באװיזן צו פארשאפן זיך באגריפן װעגן דעם שאפן אין אלע קולטור־לענדער• אבער זײן גײסט איז ניט געבליבן שטעקן בלויז אין ליטעראטור׳ זײן שארף ארויסטרעטן אלע מאל װען ער האט געהאט צו זאגן פאר אדער קעגן דעם ״פרײעם געדאנק״ האט שוין אלײן גורם געװען׳ ער זאל ניט בלײבן אײנגעשלאסן אין דעם רײן־ליטע־ רארישען תחום• בראנדעס איז פון דער נאטור געבענשט מיט א שארפן חוש פאר שטארקע פערזענליכקײטן און ניט בלויז פאר מענשן פון זײן גײםטיגן שניט אדער פאר דעם רײן־קינסטלערישן עלעמענט; ער האט תמיד באלד רעאגירט׳ װען ער פלעגט באמערקן ״איניציאטיװע״• ער האט אגטדעקט די אנטדעקער׳ די גײסטער׳ װאס האבן געפונען זײער אײגענע ״אמעריקע״• בראגדעס פלעגט צו יעדעבם שרײבער צוגײן מיט דער פראגע: ״װאס איז זײן גײע װעלט?״ דאס איז געװען דער מאס־ שטאב פאר זיין שאצונג׳ דער מיטלפונקט פאר זיינע ליטערארישע פארטרעטן• אזוי איז געארג בראנדעס געװארן אײנער פון די אנגעזעהנםטע פארשטעהער פונ׳ם אײראפעאישן דײנקן• משך דאס לעצטע יארהונדערט איז כמעט ניט געװען קײן אײנער צװישן די מענער׳ װאם האבן אחוץ זײער ענגען קרײז געהאט א השפעה אויף דער גאנצער אייראפעאישער קולטור׳ װאם געארג בראנדעם זאל־^ ניט האבן געפירט מיט אים גײםטיגע אדער מײםטנס פערזענליכע באקאנטשאפט• זײנע זכרונות דערלאנגען פון איבסן׳ ביערנסאן׳ םטרינדבערג׳ ביז זאלא׳ בורזשע׳ מאפאםםאן• ער איז באקאנט געװען מיט טען און מיט דזשאן סטוארט מילל׳ מיט מאמזען און מיט רענאךען׳ מיט די אגפירער פונ׳ם דײטשן ליבעראליזם און מיט קלעמאנםא• אין פערזענליכן פארקער מיט אזוי פיל אנגעזעהענע מענער׳ װאס זייער װערט האט ער פרי אנטפלעקט און איז זיי אפט אײנער אליין בייגעשטאגען אין זייער שװערםטער קאמף־צייט׳ האבן זיך זיינע פסיכאלאגישע פעהיגקייטן אנ־ 18