Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 1
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 17 (sequence 34)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 73% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581288--036-9581321- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
׳<ץײ■?■*׳ %'^יי■ ישכר־בער רייאק. 1 י די אלטע שול (מאי 1917)• געאהב בד&בדעםי דער יםוד פאר א נייעם בילדונגס־באגריף׳ װאס זיין קראפט איז נאך ניט אויס־ געשעפט׳ ניט געקוקט אויף די פיל מניעות און קעגענקלעפ׳ װאס ער האט אויס־ צושטײן• קײן קולטור אידײע קען מען זיך שוין ניט פארשטעלן זי זאל ניט פרע־ טענדירן זיך אויפצוהױבן העכער פאר נאציאנאלע און צײט השגות׳ אפילו נאציא־ נאליזם בא מאדערנע פעלקער קאן זיך ניט אפקעהרן פון דער דאזיגער טענדענץ׳ אויב ער װיל ניט ריזיקירען אנצװוערן יערע קלארקײט און די מעגליכקײט צו דערגרײכן א העכערע קולטור־מדרגה• געארג בראנדעם איז ניט דער אויפטוער פון די דאזיגע אידײען אבער ער איז זייער זיכערער װעגװייזער• עדות דארויף זיינען ניט בלויז זיינע שריפטן׳ נאר זיין גאנץ לעבן אויך• זיין ערשטער געזעלשאפטליכער ארויספאר איז געװען >יז קאמף־אנזאג קעגן דער בילדונגסטראדיציע אין זײן פאטערלאנד דענעמארק• מיט זײן אפענעם אויפטרעטן פארן ״פרייען געיאנק״ האט ער געעפנט פאר זיינע לאנדםלייט נייע האריזאנטן• ער האט די סקאנדינאװישע ליטעראטור באקאנט גע־ מאכט אין אײראפע׳ און איז געװארן אן אײגענער אין ענגלאנד׳ אין פראנקרײך׳ אין דייטשאנד׳ אין איטאליע און אין רוסלאנד• אין דענעמארק׳ זיין געבוירן־ארט׳ האט בראנדעס געטראפן א שארפע אפאזיציע; ער האט זיך אויך געקויפט א פיינד־ שאפט אין אלע לענדער׳ װי ער האט זיך מיט זײן גאנצען ברען פון זײן טעמפע־ ראמענט ארײנגעמישט אין זײערע גײסטיגע קאנפליקטן• זײן קאמף קעגן פאר־ עלטערטע אידעאלן האט מען אויסגטײטשט אלס פײנטשאפט פון א ױדן קעגן די שעה׳ װען סװוערט געבוירן דאם גרויסע אין קונסט און װיסענשאםט קומט ניט גראד דעמאלט׳ װען דער נאציאנאלער מאכט־באגיר װיל דאס• מ׳קאן האלטן דאס קולטורעלע אייגנס העכער פאר די קולטור־ארבייט בא אנדערע פעל־ קער׳ און דאך נישט באגײן קײן נארישקײטן און זיך ניט לאזן םארפירן פון בלינ־ דער גאוה• אבער ניט דער י װילן פונ׳ם יחיד און אפילו ניט די ענערגיע פון א גאנץ פאלק זײנען ניט אימשטאנד אויפצוצװינגן אויף א לאנגער צײט דער װעלטגעשיכטע א װערטזאך׳ אדער א קולטוראויסזעהן׳ אויב הינטער דעם זאל ניט שטײן א ממשות פון מעשים׳ פון קולטור־פארמעג גופא• דער דאזיגער קולטור־ פארמעג רעדט אויך געװײנטליך גאר אויף אן אנדער שפראך׳ איידער דער צע־ היצטער פראפאגאנדיםט• אײדער דער דאזיגער פשוטער אמת האט געקראגן א בילדונגםגעשיכטליכן באטײט׳ האט די מענשהייט געהאט אויםצושטיין א םך נסױנות• דער ערשטער אויספיר איז געװען — א ראדיקאלע ענדערונג אין דעם קולטור־באװאוםטזײן• מ׳האט זיך אויםגעטאן פון דער נאאױוער שאצונג׳ װאם שטאמט בלויז פון דעכם הסכם באם אייגענעם פאלק׳ בא זײן צייט• דאס איז א טענדענץ צו דערהויבן זיך איבער די געגעבענע פאקטן׳ אויסצוארבײטן מײנונגען און השגות׳ װאם זאלן גילטן ניט בלויז פאר דעם אייגענעם פאלק׳ גאר פאר פרעמדע פעלקער אויך׳ אפילו פאר שפעטערדיגע דורות• אפשר קאן דער דאזיגער צװעק קײנמאל ניט דערלאנגט װערן׳ אבער די דאזיגע טענדענץ װעט האבן א גוטע דערציהערישע װירקונג• זי איז <6► 17