Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 1 · p. Seite 11

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 1
Date
1922-01-01
Page
Seite 11 (sequence 28)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
71% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581288--030-9581315
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

אלעע אין דער פראװאנס (1885) מיט עריל יבעניש פון פארלאנ ר• פיפער/ מינכען• סעזאן• ד־ןימל - האט ער שוין אמאל דורכגעלעבט• הגם ער האט אים קײנמאל אין די אויגן ניט געזעהן• . סעזאן איז װי אנגעמאסטן פאר גרעקא• זײער פארהעיד־1־ טעניש איז א אויסטערליש צונויפטרעפן זיך פון ש^זפנדע פחות״ װאס װערט ניט פארטונקעלט פון קײן שום אונטער־ שיד פון צײט• ראסע און לאנד• תיכף װי גרעקא איז ארויס פון די לעהריארן האט ער פאר זיך נאר אײן צי?־1: דאס הײם װאם ער האט פארלארן אין קרעטא פון ס׳נײ צו געפינען אין דער קונסט• גרעקא- א געצנדינער- װאס גרינדעט א אורקריסטנטום- דערהערט גאט׳ס קול אין זיך אלײן• זײן אפיקורסורת- װאס איז אומגלויבליך פאר א קינסטלער פון 16 יארד־זונדערט און דערצו נאך פאר א מאמין פונ׳ם קלויסטער אין די צײטן פון דער שפאנישער אינקװיזיציע- אנ׳אפיקורסורת- װאס קען אויפגענומען װערען נאר פון א גאנץ באזונדערן גורל- װאס קאן אויסגעפילט װערען נאר נאך א שװערן אינװײניגסטן געװיסן־קאמף׳ און קען געדולדעט װערען גור אינ׳במ שאטן פון רעליגיעזער גזירות - דאס איז דער נאטירליכער נדן- װאס סעזאן האט באקומען מיט־זיך אין װעג ארײן• לכתחילה הויבט סעזאן אן װײס נישט פון קײן שום דואליזם צװישען ערדישער און הימלשער ליבע• דאס התפשטות הגשמױת פונ׳ם מיסטיקער שלאגט ארויס פונ׳ם פארב בליהענדינע תאװת. ער מאכט געשטאלטן און שאפט א בילדהאפטן טיפ פון דער מענשהײט. די געשטאלטן װערן דאקומענטן פון א באזונדערן מין בײ א באזונדערן פאלק- אפבילדונגען אין װעלכע מען מײנט צו דערקענען די גײסטיגע ארט פונ׳ם שפאניער אין דער איבערגאנגסצײט- און אטדי אפבילדונגען זײנען צוזאמען דערמיט רײנע מאלעריי• זײן מאלערײ דערגרײכט די העכסטע מדרגה דענםטמאל- װען דער אביעקט איז פולשטענדיג איבערגעגעבן. גרעקא איז עובר אויף דער סקארבאװער סימעטריע- איז זי סוף כל סוף אינגאנצן מבטל און אין דער נײער קאמפאזיציע ד*אכט זיך- אז אלע פאקטארן פון דער סטאטיק האט ער אויסגעביטן אויף עלעמענטן פון א נײער דינאמיק. בײ גרעקא איז דער שטח ניט קײן רעזאנאנץ פאר א באשטימטן אקט- נאר א אקט פאר זיך- א כלי פאר א אײגענעם לעבן- װאס ריזלט אין זײנע באהעלטענישן. ס׳דאכט זיך יעדן פון אונז- אז זײן פײזאזש - א געזעמעל פון קוסט- בוים- גראז- גרינס און

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.