Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 1 · p. Seite 10

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 1
Date
1922-01-01
Page
Seite 10 (sequence 27)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
72% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581288--029-9581314
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

װאלט קענען אויסלאזן דאם פארביגע \ אבער מען קען עס ניט אויסלאזן. עס בלײבט ניט קײן סך׳ װען מען זאל עס אויסלאזן. אבער ס׳װאלט אויך געװען אוממעגליך׳ א שטײגער׳ די פארבן אנדערש צו ארדנען. מען קען זיך זײ בשום אופן ניט פארשטעלן אין א אנדערן סדר. מען קען ניט אפשײדן די הארמאניע פונ׳ם בילד׳ די פארביגקײט װערט ניט באשאפן נור פון די פארבן אלײן• דער אינסטינקט שטויסט זיך שוין אן אז דא איז די פונאנדערטײלונג פונ׳ם שטאף אויך זעהר װיכטיג און אפשר נאך װיכטיגער׳ אט גראד די צונויפמישונג פון העלקײט מיט טונקעלקײט׳ פון דער גלײכער ליניע מיט דער געבויגטער. זאל דא נור אין צװײ װערטער אנגעװיזן װערן אויף דער װיכטיגסטער מניעה צו־אײנפאך אויפצופאסן סעזאנ׳ס סטיל׳ און אויף דער װיכטיגסטער אײגנשזאפט פון זײן ארנאמענט אין אלע צײטן: די רוימליכע גרויסקײט פון זײן באראק• די טיפקײט פון יעדן בילד איז סותר אלע צו גיך־געמאכטע מײנונגען װעגן אים• מיר זײנען בײ׳ם ארנאמענט געװאױנט שטענדיג האבן צו טאן נור מיט אײן דימענזיאן׳ מיט דעבמ שטח. סעזאנ׳ס זאכן׳ װי פלעקיג זײ זאלן ניט זײן׳ גײען סודות׳דיג צוריק׳ און פארנעמען אויף עפעס א מאדנעם אופן א גאנצן רױם5אטדעם רוים״ אויף װעמען עס מוזן נאך הײנט מװתר זײן ניט נאר די קונסט־בעלי־מלאכות פון אונזער צײט׳ נאר אין א הויכן מאס אפילו די מײסטער פון אונזער מאלע־ רײ״ װעלכע פארמאגן אוצרות פון חױת אין זיך. ניט דער טונ־ קעלער ארנאמענט רײצט און שרעקט בײ סעזאנען. מיט אים װאלט מען גיך קענען װערן פארטיג׳ אבער לעבנסרײכע כװאליעס פונ׳ם שטאף׳ געפענטעטע׳ װידערשפעניגע׳ צונויפ־ געפרעםטע - זײ זײנען עס װאם שמידן אונז צו צו זיף די שפע ריהרט זיך. ס׳איז א לאנגזאמער טעמפ׳ די אפקירצונגען פונ׳ם ריטם זײנען אונגעװעהנליכע• ערגיץ װאו פון בילד קוקט אויף דיר א לעבן׳ װאס דו האסט שוין לאנג געזעד־־זן אדער אויסגעחלום׳ט• מען פילט נור ניט׳ װאו דאס הויבט זיך אן. די פלעקן זײנען ניט קײן געװעהנליכער האלטפונקט פאר דער נאטור• אודאי איז עס ניט קײן נאטור אויף אנצוטאפן׳ ניט קײן נאטור פאר די שפיצן פון אונזערע פינגער׳ אפשר פאר שפיצן פון אנדערע ארגאנען׳ װעלכע שלאפן׳ בשעת די פינגער װאכן׳ און װעלכע קענען גאנץ אנדערש תופס זײן• װארום אין די בילדער פון אנדערע איז אזא לעבן גאר ניטא• אפנים׳ אז פאר אטדעבם מענשן עגזעסטירט די נאטור ניט צוליב דעם׳ כדי ער זי זאל קענען נאכאמאל איבערגעבן׳ איבערטראגענדיג איר שטאף אין אנדערע כלים5 און די קונסט איז פאר אים׳ אפנים׳ װערט פיל ניט דערפאר װײל זי פארמאגט מאלערישע עקװױואלענטן פאר פלײש און פאר האר׳ דאס אלץ ליגט הינטער אים. ער איז אויסן אריבערצו־ טראגן זיך אלײן׳ בשעת ער זעהט עטװאס׳ װאס סע באװעגט אים: זײן אײגענע באװעגונג• זינט מיר קענען גרעקא איז אונז סעזאן געװארען נעהענ־ טער און פארשטענדליכער• גרעקאס װעג נעמט זיך פון דער פארשטעלוגנ׳ אז אין דער נאטור דארף געזוכט װערן נאר א שטיץ־פונקט פאר דער דערהויבונג פון דער װיזיאן׳ אבער ניט פאר דער װאר־ שײנליכקײט. ער איז א זעהער׳ מיט א אײגענעם אויג׳ װאס האט װי שטענדיג געפאלגט• אבער עס שטעלט זיך באלד ארויס׳ אז ער טויג ניט צום עסק. אינ׳ם יאר 1863 װערט ער סוף כל פוף מאלער און ארבײט אין דער ״שװײצער״ אקאדעמיע אין פאריז׳ נעבן פיסארא און גילאמען. דענסטמאל הויבט ער אן זײנע אזויגערופענע שטודיענקעפ• מיט קולאק־דיקע פא־ סען׳ אין דער ברײט און אין דער לענג װערן אויסגעקלעפט פנימ׳ער• געשטאלטן פון מורא׳דיגער פראסטקײט. און לעבן דעם- כמעט אין דער זעלביגר צײט׳ אדער אביסעל שפעטער׳ שאפט ער זײנע אזוי גערופענע קאמפאזיציעס• זאלא׳ א נא־ הענטער פרײנד און שול־חבר זײנער פון עקס׳ װעלכער האט פארפאלגט זײן שאפנסװעג צוערשט מיט באגײסטערונג און שפעטער מיט אונרוהע און חשד׳ האט פארמאגט עטליכע קאמפאזיציעס׳ אויף װעלכע ער איז גאר נישט געװען שטאלץ׳ צװישן זײ אויך די קאמפאזיציע ״פארפירונג״: אין א קולי־ סנארטיגער׳ ראמאנטישער לאנדשאפט׳ פארענט׳ שטעהט א נאקעטער חברה־מאן מיט א נאקעטער פרויענצימער אויף די הענד׳ דער מאנסביל מיט מגושמ׳דיגע מוסקול־טײלן. די פרוי שװאוים־װײס׳ א בינטל הענד און פיס• הינטער זײ א פאר קלענערע נאקעטע באשעפענישן׳ צעברעקעלטע פלײש־חלקים• לגמרי ניט ענליך צו דער ױגענד פון דענסטמאל. קײן שפור ניט פון נאטוראליזם• גיכער דער היפך דערפון. קײן אײנציגער פונ׳ם דאזיגן דור האט אזוי ניט אנגע־ הויבן׳ אזוי אונטאלענטירט און אזוי ברוטאל• ער איז נתפעל געװארן פון רובענס און דעלאקרוא• באטראכטנדיג די עדװ־ז פון דער דאזיגער באװאונדערונג שטעלן זיך די האר קאפויר. ער מאכט דעם רושם פון א קינסטלער׳ װאס האט אנגע־ הויבן ניט אין די סאעך יארן׳ און אפילו ניט אין די 90עי׳ נור ערשט הײנט• ערשט הײנט טרעפט מען אזעלכע מתחילים. אבער אויך הײנט איז זעלטן צו געפינן א ױנגן אנד־וויבער װעלכער זאל זיך אזוי װײניג רעכענען מיט די טענדענצן אדער שלאגװערטער פון זײן דור׳ װי דער ױנגער םעזאן. א פאר יאר נאכאנאנד ציד־זען זיך אזוי די קאפ־פלעקן און צוקרימטע מאטױון׳ כיד־^ערלײ טענדענצן לויפן אײנער נעבן דעם אנדערן און מען קומט ניט צו קײן האנדשריפט. די פונאנדערגעשמירטע קעפ הערן אויף. אבער די שװאר־ צע באראק־מאטױון געהן װײטער און צעפלײצן זיך• דער באראק איז שוין נישט מעהר צעברעקעלט׳ ער ציהט זיך אויס אין װילדע קורװן׳ אויפגעבלאזענע׳ צעשפרײטע׳ באפליג?־1־ טע און אינ׳ם פליה װינקלדיג־צוריסענע׳ װי א חלום פון עפעס א געפענטעטן װיזיאנער׳ געפענטעט׳ אבער ערגיץ װי מוזיקאליש׳ עס איז שוין פאראן דארין עטװאס׳ װאס האט א קלאנג• די פארב ציהט זיך אויס׳ פארלירט דאס צעבלאזענ־ קײט׳ טײלט אויס די טונקעלקײט׳ װי א לײכטנדע שװארצ־ קײט׳ אנטקעגן אלע אנדערע טיפע קלאנגען׳ נעמט זיך צונויף אין שטארקע קאנטראסטן אינװײניג אין א ענגער אבער א מערקװירדיג־טיפער קלאנגען־װעלט• מען איז מודה׳ אז די פארבן װירקן אפילו דענסטמאל׳ װען דער פשט פונ׳כש מאטױו בלײבט ניט פארשטענדליך• דאס אויג זויגט זיך אן מיט ברײטע פלעכן פול מיט גרינקײט׳ טיפער גרינקײט׳ דונ־ קעלער װי סמאראגד׳ מיט באנאנן־געלקײט׳ מיט דער קאל־ טער בלויקײט׳ מיט דער פעטער גליטשיגער װײסקײט׳ דאס אויג זאפט עס אײן נאך פריהער װי דער שכל. װען מען

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.