Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 1
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 7 (sequence 24)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 74% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581288--026-9581311- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
צו רופען אימפרעסיאניםטן- - צו פאראײביגן דעם צופעליגן רושם װאס א זאך מאכט אויף זײ אין א באשטימטן מאמענט• זײ זוכן דאס אינװײניגסטע געזיכט- די נשמה פון דער זאך• מ׳רופט די מאדערנע קינסטלער אויך עקסטאטיקער׳ װײל ס׳איז פאר זײ נויטיג זיך ארײנצולאזן אין א געגענשטאנד בלב ונפש און לגמרי בטל צו װערן אין אים כדי תופס צו זײן דעם תוך פון דעם געגענשטאנד׳ אדער איז עס אפשר גאר דער תוך פון קינסטלער גופאי צו אטדער פעהיגקײט פון עקסטאז׳ װאס מיר געפינען אין מיטלאלטער און שפעטער אין דער קאנטר־רעפארמאציע׳ האבן איצט ניט אײנער זוכה געװען א דאנק דער מלחמה און די איבערקערענישן פון די לעצטע יאהרן. פאראן װאס האפן אז פון דעם נײען רוח־הקודש װעט ארויסװאקסן א רעליגיעזע קונסט- װעט אויפלעבן דער רע־ ליגיעזער פאטאס אין דער קונסט• װידער אמאל איז דער מענש מיט זײנע אינװײניגסטע מלחמות דערהויבן געװארן צו אנ׳־ אביעקט פון קונסט׳ נאך דעם װי די אימפרעסיאניסטן האבן אים אראפגעזעצט צו דער מדרגה פון בלויזן שטיל־לעבן. װי־ דער א מאל װערט דער האריזאנט פונ׳ם קינסטלער פול מיט געשטאלטן פון דעם מיטאס׳ פון דער פאלק־לעגענדע און הײ־ ליגע ספורי מעשױת• די אפאקאליפטישע שטימונג פונ׳ם װעלט־חורבן׳ דער הײ־ ליגער דיבוק פון די נביאים - אטדאס זײנען די הויפטמאטי־ װען פון דער מאדערנער קונסטשאפונג• מיר שטעהען אונטער דעם צײכן פון דאנטע׳ פון רעמבראנדט׳ פון משהי רחל װישניצער־בערנשטײן אויף דער לײװענט איז אונז ניט סימפאטיש און ניט אומסימ־ פאטיש. ער איז פשוט דאי און מיר פיהלן אז דא איז פאר אונז א יש> װאס בלײבט באשטײןי ריבאק האט דערגרײכט דעם דאזיגן אויםדרוק דורך זײן ברײטער קוביסטישער טעכניק׳ דורכדעם װאס ער מאכט דעם מענשן גרעסער װי ער איז אים לעבן• זײן געשטאלט װאם װערט צעטײלט אויף ריזנגרויסע בוישטײנער רופט בײ אוגז ארויס דעם רושבמ פון יענער פארטראכטער אײביגקײט װאם רוהט און די שטײגערנע אר־ כיטעקטורן. די רחבות פון זײן םטיליזירטער קוביסטישער טעכניק האט אים אויך געגעבן די מעגליכקײט אװעקצולאזן אלץ װאס איז א טפל און צופעליג. אין א פלאםטישער עשירוו־ת שפיגלט זיך די הילצערנע אלטע שול אין דובראװנע (זײט 17). אזוי האט זי לכל הפחות ריבאק געזעהן. ניט די אונטערטעניגקײט און די צעבראכענ־ קײט פונ׳ם אלטן בנין האט ריבאק באמערקט׳ נאר דוקא די עקשנותדיגע גאוה און דעם װילן צום לעבן װאס ער אלײן פיהלט אין זיך. דער גאנג פון די ליגיעס און די פארטײלונג פונ׳ם ליכט װערן אונטערגעװארפן אונטער דעם לײדנשאפט־ ליכן רצון פונ׳ם קינסטלער׳ און אזוי איז ארויסגעשפרונגען אין א אומגעהײערער פראכט די הויכע שול פון שקלאװ װאס פלאקערט אינ׳כמ פײער פון דער אונטערגײענדיגער זון (זײט 4)> אטדי שול װאס איז א גאנץ יאר א פשוטער בנין אינ׳ם סטיל פונ׳ם דארפישן באראק• מ׳רופט די הײנטיגע קינסטלער עקספרעסיאניסטן. זײ װילן נישט װי מאנע׳ פיסארא׳ ליבערמאן׳ - װעמען מען איז נוהג ■ /111177,* ק־מ ק ק . 1■ ק .ב ס־ * םו י 0'0 * .ס ■1:: .) (1)* 0.0 0 ■?***׳״!; מתן תורה• פון דער סאראיעװער הגדה פון 13- יאהרהונדערט (ארויסגעגעבן פון דוד קויםמאן׳ 1898). 7