Juedischer Almanach für Gross-Rumänien
- Journal
- Juedischer Almanach für Gross-Rumänien
- Volume
- 1. Jahrgang = 1922/23 Exemplar LBI
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite×›× (sequence 209)
- Language
- German
- Belongs to
- journal volume
- OCR quality
- 73% known words query
- IRI
…/7938572-9582826--210-9575554- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
' _ײדישער אלמאנאך פאר גרױס־רומעגיע♦_כא - אלמעכטיקער•1 פון דײן תורה, דיק אוצר, װאם איז אונטער דײן שטול נײן־ און זיבעציק דורות פאר ששת ימי בראשית באהאלטן בעװען, האבן זײ א האק צו קעפן דײנע צדיקים נעמאבטז - דײן שיר השירים, װאס שטערן און מזלות האבן פאר דיר נעזונגען, האבן זײ אין א פירל פאר לצים־שפיל פארװאנדלטז בא־ האלט דײן שײנקײט, רבש״ע, אויף דײן היטל• און אז ער זעט ס׳העלפט ניט, װאם טוט ער? נעמט ער זיך צו די נשמות אלײן♦ טראגט א ליכטיקער מלאך אױף דעם עולם השפל א ליכטיקע בשמד״ שטעלט זיך דער שטן אױף דעם װעג און לאזט ניט: - נײןו װעסט ניט גײן, ביז די רײנע אומשולדיקע נשמה װעט מײנע אוצרות ניט זען•1 אזוי װיל ערז גרוים איז דער בה הטמאה, אפילו װען ער שטעלט זיך א מלאך אויפ׳ן װענ♦ דער מלאך מוז זיך אונטערנעבן♦ פירט דער שטן די נשמה אין זײנע נײן און פערציק טומאה־ טױערן♦ װײזט ער איר: ציטעריק, צאפלדיקע שטערן לעשן זיך אין גרינעם זומפ: ״אזעלעבע װי דו - רוימט דער רוח שטיל דער נשמה אין אויער ארײן - פון דארטן אהער זיך פארקײקלט״.... א גרויל נעמט די ױנגע נשמה אדורך װי די ערשטע טרער אויף די װיעם פון א מלבות רןנד ציטערט זי. װארפט דער שטן א שװארצן בליק אויף א פינפטערן ■טויער ־און אלײן פון זיך עפנט ער זיך. - און מחנות־װײז גלי־װערעמלעך אין טיפן .שװארצן זומפ ׳שװיבלען און גריבלען. און פון זומפ װיקלט זיך א גרינער רויך אין עולם־התהו ארײן. - ״געפאלענעו אזעלעכע װי דו געװען, פון דארטן, פון אונטער די נעגל פון די ערד־באהערשער. אהער פארקראבן״ - בויערט זיך דער נשמה א טײװלאנישער םוד אין לינקן אויער ארײן. װי א ליבטיקער טוי־טראפן אויף פרומער בלום, װען א בײזע דיאנד זי באדראט* פלאטערט די נשמה.