Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
- Journal
- Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
- Volume
- 1945-1946
- Date
- 1945-01-01
- Page
- Seite 134 (sequence 136)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal volume
- OCR quality
- 83% known words query
- IRI
…/8823924-8824287--138-8824065- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
י א ר ־ ׳ב ו ך פ ו ן ײ ד י ש ן י ש ו ב א י ן א ר ג ע נ טי י נ ע און אײדער דאם הארץ פרצנם זאל נישט נאכאמאל פלאצן/ איז פרץ ארוים אויןז די װארשעװער גיאםן; — װאו איז מײן עדה!? װאו זײנען מײנע ברידער!? װאו זענט איר, װארשעװער אידן!? געװאלד! געװאלד! — גײט אזוי פרץ און קײנער זאגט אים. נישט ״האלט״. פאלט פרצן אײן, אז אפשר איז עם נישט װארשע, װארן װי קען עם געמאלט זײן — װארשע אן אידן■? נישט װארשע, נישט װילנע, נישט קראקע, נישט לעמבערג. װער װײשט, װאםער שטאט דאפ איז, װאםער שטעטל, װאםער דארף, אז מע זעט נישט קײן ײד אויןז דער גאם!? נאר װאו ער זאל נישט שטײן און גײן, װײנט אים אין אויער א ײדיש־געװײן: — איכה, איכה — װי אזוי?... און א שװארץ רעמל נעמט אים שװינדלען פ.אר די אויגן. נאר דאם שװארצע רעמל נעמט זיך אפרוקן אין א זײט. און פרץ נעמט זיך אן מיט מוט און גײט און גײט און גײט... שאטנם האבן זיך גענומען שלײכן אויה גאםן, אויןת הורבות. און װי פרץ גײט אזוי און גײט, דערהערט ער פלוצלינג קולות פון טראמפײטן. אין א זײט שטײט געבונדן א ײדיש מײדל. זי האט זיך ארויםגעגנבעט פון געטא. דער עלצטער גיט א באפעל: ״צובינדן זאל 'מען זי בײ די האר, בײ די לאנגע טײװלאײשע צעפ, צום װײדל פון אט דעם װילדן פערד...״ זאל עם לויפן און שלעפן זי, װי א הורג... דאם מײדל האלט א פאר שפילקעם אין איר האנט. זי בײגט זיך אדאפ און שפיליעט זיך צו די זוים פונעם קלײד צו די פים און שטעקט טיף־טיך ארײן די שפילקעם אין לײב, םע זאל איר לײב נישט אנטפלעקט װערן, װען דאם פערד װעט זי שלעפן אין די גאםן. פרץ האט גענומען רײבן זיך די אויגן. צי האט ער דאם אמאל געהערט? צי האט ער דאס אמאל אלײן דערצײלט? צי זעט ער דאס אלײן מיט זײנע אויגן? דער קראקעװער רב און דער לובלינער פרנם פארן קײן טאמאשאװ אויך — 134 —