Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
- Journal
- Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
- Volume
- 1945-1946
- Date
- 1945-01-01
- Page
- Seite 89 (sequence 91)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal volume
- OCR quality
- 72% known words query
- IRI
…/8823924-8824287--093-8824019- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ארגענטינע י א ר ־ ׳ב ו ך פ ו ן ״ ׳ד י ש ן י ש ו ב א י ז נעסטן דואיקע און געװארקעט האבן טויבן און פײגליאון גדילן פלעגן שפילן און זינגען, זינגען און שפילןן איך האב געהאט א הײם, אן אײגענע נעסט אויף גוטער, שטילער, זעטיקער ערד 'פון דורות און דורות און דודות- האט מען זי צערויבט, צעגזלט, צעשטערט און איך האב זי פארלוירן און איך האב זי פארלוירן. איך האב געהאט א הײפ, װי א כלויען פדימארגן פון יארן און יארן און יארן- האט מען זי פארברענט, האט מען זי דערװארגן אין פלאם פון האם, אין שטריק פון צארן. איך האב געהאט א הײם פון רו און פון קארן, אן אלט־־געזעסענע פון יארן און יארן און יארן. ב׳האב געהאט א מאמען. אן אלטיטשקע, א צעקנײטשטע זקנה, א באברילטע, אונטער די אויגן כלויע רײפן, מיט כינטלעך פארזארגטע גרויע האר אין די שלײפן, — אבער א מאמע! א מענטש, װיפל מאמעם האט ער? א ײ נ ע! און אז מ׳האט א מאמען, איז מען צוזאמען, איז מען נישט אלײן ערגעצװאו אין דער עלנטער װעלט, װי א שטײןן אז מען האט א מאמען, האט מען טרײםט און האפן, האט מען פרײד און טרערן. ב׳האב געהאט א מאמען,װאס פלעגט מיך דערנערן מיט כרויט און זאלץ פון ליכשאפט, מיטן פשוטן װאםער פון צערטל און מאמעשאפט אזא מאמע, װאם■ איז גרײט זיך צו װארפן אין פלאמען פאר זונישן גוטם, פאר זונישן וואויל, — װארום א מענטש, װיפל מאמעס האט ער? א ײ נ ע! ב׳האב געהאט א מאמען האט מען זי געקוילעט, װי אלע מאמעם אין בעסאראביע, אין רומעניע, אין פוילןן האט מען זי באגזלט, בארויבט, — 89 —