Yidishe bilder
- Journal
- Yidishe bilder
- Volume
- 1947
- Issue
- Nr. 9-10 סעפטעמבער-אקטאבער
- Date
- 1951-09-01
- Page
- Seite 33 (sequence 1948)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 70% known words query
- IRI
…/7507437-7508228-7507714--324-7507748- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
האט זיך דוקא אײנגעשפארט גובר צו זײן די שטראף פון גאט♦ די פיבער־מגפה שפרײט זיך אוים. מען טאר ניט פארלירן קײן צײט♦ נאך ערגער איז צװישן די חורבות אין טרעםטעװער. בײם האפן. דארט שטארבן ױנג און אלט.- אן אמתע פלאג. ער האט געקוקט אויך די הײזער. מארגן װעט עד דא נישט קאנען זײן♦ ער װעט באזוכן די שכנים - די םיריער, גריכן. די מאטראםךפאמיליעם, די גארבער, אין די קריםטלעכע געםלעך. דארטן װאקםט די שנאה .צום געטא. די דאמיגיקאנער פרײדיקער פאושפרײטן קלאנ־ גען. אז דער טײװל קומט אריבער די פארשפארטע װעגט און ברעגגט די פיבער־מגפה. ער װעט גײן אין די קריםט־ לעכע ארעמע שטיבער און אײנשטילן מיט א גוט װארט, מיט א רפואה די ארעמעלײט. ביז דאם װאםער װעט פא־ לן. די זון װעט א שײן טאך און אים העלפן אויםהײלן די פיבער־קראנקע. עם איז שוין געװען שפעט נאפמיטאג. ם איז געװען א פארנאכטיקע טונקלקײט. דער הימל אגגעשװאלן, מיט א בויך װאםער. געל װי דער טיבער־טײך, האט געהויערט איבער די הײזער. װי א מבול װאלט זיך געקליבן ארונ־ טערצולאזן אויף דער שטאט רױם. די ײדישע קעלער־קרא־ מען זײנען געװען אפן. די קרעמער, די אנטיקן־הענדלער, זײנען יעדע װײלע ארויםגעלאפן פון די קעלערן. געכאפט א קוק צום טיבער, צי ער װעט טאקע ארויפשיקן זײגע כװאליעם. און צום הימל, װאס האט אזוי פרי מונקל גע־ מאכט די גאם. הײנמ איז פרײטיק. און זײ קאנען נאך חלילה מחלל שבת זײן. בײ די קעלער־קראמען זײנען געלעגן אלבע צעדרי־ לעװעטע קלײדער. גאנצע בערג אלטװארג. שטיקלעך זײד, גאלדענע פראנזן. פרוכתן, פענטעלעך, פארהאנגען פון אלערלײ קאלירן, בלויע, שװארצע און װײםע♦ בײ די אנ־ טיקן־קעלערן זײגען געלעגן שטיקלעך מארמארגע םטאטוען, פארצײטיקע שריפטן, מטבעות צעבראכן געװער. גאנצע פאמיליעם זײגען געזעםן צװישן דעם ברוכװארג. פארברו־ דיקטע און מיט זשעדנעקײט געזוכט, גענישטערט צװישן דעם אפפאל, צונויפגעשטעלט גאנצע זאכן. ידי עלטםטע אגטיקן האבן זיך דא געפונען פון האניבאלם צײטן, קלע־ אפאטרעם און טיטוםעם. איגעװײניק אין די קעלער־קראמען האט מען נישט געטראכט װעגן דער מגפה, װעגן דעם טיבער־טײך♦ ײדישע מײדלעך, פרויען. אויםגעדארטע. מיט פאיװעלקטע בלײכע פנימער, מיט רויטע טראכאמע אויגן, האבן צונויפגענײט פון די שטיקלעך קלײדער, געמאכט פארהאנגען. זײ האבן זיך געיאגט פארטיק צו מאכן. נישט געהאט קײן צײט זיך צו פארקעמען זײערע שװארצע צעפאטלטע האר. דורך די אכט געטא־טוירן האבן אנגעהויבן אנצוקו־ מען ײדן פון שטאט. ײרן פעקל־טרעגער, שמאטע־קלײבער. אויפקויפער פון אלטע זוילן, שטיקלעך אגטיקן. זײדענע אפפאלן, און זיך געלאזט צו די קעלער־קראמען♦ די ארע־ מע ײדן האבן זיך טיך פארגײגט פאר דעם רופא עמנואל♦ אנדערע האבן זיך דערשראקן, זיך דערמאנט בײ װעמען דאם װײב איז קראגק, בײ װעמען א קיגד ליגט אין פלעט. -גאט זאל העלפן. מר. םאבאטי, פריד צו אײךן טײל האבן אים הויך געלויבט, און עמנואל האט דערפון שעמעװדיק ארונטערגעלאזט די אויגן♦ -פריער גאט, נאכדעם איר. בײ אוגדז דא איז מיט רחמים. בײ די ערלים, נעבעך, איז א גאטם רחמנות. . . גאנצע משפחות שטארבן אוים. ןפארטזעצונג קומט). אונדז דער כוח הדמױן געהאלפן אויפשטעלן פאר אוגדז א בילד פון יענער צײט. מיר האבן אין דעם בוך דורכגעפירט מענטשן, טיפן און פערזעגלעכקײטן װאם טײל פון זײ זײגען היםטארישע געשטאלטן און אנדערע ענלעך צו געװיםע היםטארישע פיגורן און פערזענלעכקײטן, װאם זײנען פיקטױו צוגע־ טראכט געװארן אויםצופילן די פוגקציע פון אויפבויען א גאנצע פארעם פון האנדלונגען און פאםירוגגען, װי דער שטײנער איז בײם שאפן א דערצײלוגג. מיר האבן געפיואװט מיטגײן מיט די אלע מ.נטשן אין דעם בוך מיט דעם גאנג פון זײער היםטארישן און אויך פערזעגלעכן גורל. ענלעכע, אדער פונקט אזעלכע האנדלונגען און פאםירונגען, זײגען פארגעקומען אין יע־ גער טראגישער צײט פון וױיטן מיטלאלטער אין רױם. און פיל ענלעכע. זײנעי פארגעהומעו אױ אונדזער טרא־ גישער צײני. ערשטער קאפיטל עם איז געפאלן א קילער פרילינג־רעגן. פון די בערג ארום רוים זײגען געלאפן שטראמען װאםער פון צעגאנגענעם שנײ צום טיבער־טײך. דער אויפגעשװאלע־ נער טיבער־טײך האט זיך געשפארט פון די ברעגן. נע־ שלײדערט די פאראנקערטע שיפלעך בײם האפן. גע־ שוימט מיט לײמיקע כװאליעם, װאם האבן זיך געהויבן װי װענט. צעקנוילטע בײמער־װארצלען און צעפליקטע ברעטער האבן זיך אפגעריםן פון די ברויזגדיקע געלע שטראמען און פארגאםן די שמאלע געטא־געםלעך. דאם געלע װאםער האט ארײנגעפלײצט אין די קע־ לער־שטובן פון די טוכלע שטײגערנע ברעג־הײזער. אויםגעדארטע קיגדער, שװינדזיכטיקע פרויען מיט פאר־ קאטשעטע שמאטעגדיקע קלײדער, האבן מיט שעפלעך געשעפט דאם געלע װאםער פון די פארגאםענע פאדער־ הײזער. דער ארצט עמנואל םאבאטי, דער רופא פון דער געטא. האט פאמעלעך געשפאנט בארג ארויך פון דעם נידעריקן פױמארא געםל צו דער אקטאװיע. ער איז נע־ װען מיד פון דעם שװערן טאג ארבעט. די ענגע הײ.ער זײנען פול מיט קראנקע. דאם װאםער שטײגט פון מיגוט צו מינוט. װיפיל ער זאל נישט טאן איז װײניק. װײניק צו פארטרײבן די מגפה פון דער געטא. זײן בלײך פנים מיט דער שארפער אדלער־נאז־ איז איצט געװען קלענער װי געװײנלעך, װי עם װאלט אײנגעשרומפן געװארן אין דעם שװארצן בערדל. װאם איז געװאקםן גלײך ארוגטער צום האלדז. פון דער שמאלער גאם איז אװעקגעפארן די עגלה אײנגעהילט אין שװארצן מיט די צונויפגעקליבענע מתים. זי האט זיך געצויגן צום פיש־מארק. פון דארט צום געטא־ מױער. קײנער האט זי גישט באגלײט. אזוי איז דער בא־ פעל פון פאבםט-נישט צו באגלײטן די ײדישע מתים. פון די הײזער אין דער טונקעלער פױמארא גאם האט זיך געהערט א שטיל פארשטשעמעט געװײן, װאם איז פארטויבט געװארן.פון שטורעמדיקן װאםער־גערויש♦ דער רופא איז ארוים פון דער טונקעלער פױמארא גאם. די גאם איז געװען װי א שמאלער קארידאר פאר־ דעקט מיט אויבערשטע חדרים, װי בריקלעך פון דער לינקער זײט צו דער צװײטער זײט גאם אריבער♦ עמגואל דער רופא האט שװער געזיפצט. עם איז אים געװען ענג אין ברוםט־קאםטן. ער האט געפילט װי עם װאלט געװען זײן שולד. װאם ער האט נישם געקענט ראטעװען די אלע חולאים, װאם די עגלה האט אװעקגעפירט. אין די הײזער הוקט מען אויף אים װי אויף א שליממזל. װאס