Mannheim
Compact Memory

Yidishe bilder · 1951-08-01 · Nr. 8 אויגוסט · p. Seite 6

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Yidishe bilder
Volume
1947
Issue
Nr. 8 אויגוסט
Date
1951-08-01
Page
Seite 6 (sequence 1948)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
74% known words query
IRI
…/7507437-7508228-7507680--262-7507687
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

רות וױבציגםטער די פאעזיע און די מרזייק דער פארשטײער פון פועלי־צױן(צ.ם♦) ה־ ק♦ םיראטקע, > האלט א פראטעםט־רעדע קעגן ענגלאגד אין לאגער עגענפעלדן♦ א בלימעל־טאג אײגגעארדגט דורך . ק.ק.ל♦ אין עגעגפעלדן♦ פאטא; ר♦ ליבערמאן♦ די ײדישע פוטבאל־מאנשאפט אין שטוטגארט, דער שײכות צװישן די דאזיקע צװײ קונסטן און זײער אומצעשײדבארקײט איז ד״יסטאריש עלטער װי די זעלבםששטענדיקע עקזיסטענץ פון יעדעך פון זײ. זײט די גריכן ד״אבן דערפינדן די לירע, װאס איר נאמען טראגט די געשלעכע לי ר י ק׳ ד.אט די פאעזיע מיט דער מוזיק געשלאםן א בונד. שוין סאפא האט געזונגען; אירע מיט ליבע אטעמדיקע סטראפן באגלייט פון א פלייט. די דראמאטישע פאעזיע אין יענער צייט, אדער די גריכישע טראגעדיע, אױ אויסגעפירט געװארן^אונטער מוזיק און, כאר״געזאגג. פינדאר האט זײנע לירער געזונגען מיט אינסטרומענטן. אבער די מוזיק האט מיט דער פאעזיע געמײנזאמעס נאר לויט דער װעלט פון אינערלעכע געפילן. דאס רוימלעכע בילה װאס װערט דורך דער פאעזיע אריבערגעטראגן כיון דער אויסערלעכקײט אץ דער מענטשלעכער פארשטעלונג, איו םון דער מוזיק אויםגע־ שלאסן. עס פעלן איר די מעגלעכקײטן אויסצודריקן א באשטימטע פארששעלונג. באשטימ• טע געדאנקן. לײבניץ רופט אן די מוזיק די פארבארגענע אריטמעטיק פון דער נשמה, װעלכע צ יי ל ט׳ נישט װיסנדיק רעדפון. ער מיינט. אז די מוזיק, בארוט אויף דער צאל. דאס זעלבע איז מיט דער פאעזיע. יעדע מוזיקאלישע פאעזיע שטיצט זיך אויף דעם אריט־.. מעטישן בוי. אבער די אײנטײלוננ םון די װערטער אין זילבן, ריטם און קלאנג איז נישט קײן צופעליקע זאך נישט אין דער מוזיק און נישט אין דער פאעזיע. די א־נטערװאלן םון די טענער און די אײנשנײדונגען פון טאקט זענען נישט דיקטירט פוןיא קאפריז, נאר פון געזעצן אויפן יסוד פון די ערשט׳דערמאנטע צאלן. דער טאן אלײן בארוט אויף א בא־ שטימטער צאל פון בויגונגען, אדער, װי מען זאגט אין דעו* מוזיקאלישער שפראך״ שװינגונגען. די צאל האמעװעט די אײלנדיקע צײט אין א קינסטלעריש געזעץ, און דא קומען מיר ןןן צוק פונקש, װו דער ריסם פון דער פאעזיע און דער ריטם פון דער מוזיק באגעגענען זיך. אבער װי רײכער איז דער לעצטער פונם ערשטן \ װאס פאר א צאלרײכע פיגוראציעס גיט ארוים דער אײנצלנער טאקט, בעת אין דער פאעטישער ארכיטעקטאנ־־ק באגעגענען מיר זיך צו אפט מיט סטערעאטיפישע פארמען. אין די לעצטע יארן זענען ׳ אץ דער פאעטיק געמאכט .געװארן רעפארמען. אין געװיסע שפראכן האט זיך אײנגעבירי גערט דער האלב־בראם, אדער אםאנאנס, און דער פרײער פערז א־ז דערגאנגען צו פאר־ ^שידענע מאדולאציעס. עס איז מיין פערזענלעכע מײנוגג, אז דער האלב׳גראש, אדער אסא־ נאנם׳ רופט׳ װאס אן אמת׳ ארויס אביסל נײעם קלאנג, אבער ער צושטערט אפט דעש נעיװ און דעש חן פון ׳די ענד־װערטער פונם פערז. אװי׳ למשל׳ האבן דעש אסאנאנס נישט אנ- גענומען די דײטשע און ענגלישע שפראכן. מים .װערז ליבר״ זענען געמאכט פיל מיס׳ ברויכן. ספעציעל גײט אן פשוט אן ארגיע אין דער ײדישער פאעזיע. דער םרײער סערז, איז געמאכט צו פארשאפן נײע טאקטן און ריטמען. די ױנגע ײדישע דיכטער כארשטײען אז םרײער פערז הײסט סתם שרײבן קורצע שורות אן קלאנג און אן ריטם. פאר דער מוזיק בילדעט רער טאן דער מאטעריאל פון דער קונסט, נאר אין אים קאן זי ארויספירן איר אינהאלט. פאר דער פאעזיע איז רער טאן א נעבן״זאך, ער דערשײנש אלס ווארט, אלס צײכן פון דער פארשטעלונג, און נאר אין דעם גראם מאכט ער זיך מער באמערק׳ באר. דעריבער זענען די געהײמנישן פון דער טאן־װעלט אץ דער אומדערשעפלעכער רײכטום פון זײערע באװעגונגען פארלוירן פאר דעם דיכטער. דאס אינערלעכע .בילד איז פאר דער פץעזיע דאס זעלבע, װאס דער טאן פאר מוזיק. אין דעד מוזיק האט דער טאן אן אנדערע, פיל העכערע באדײטונג. איך האב אין אנהויב ,דערמאנט, װי אלט עס אױ דער שײכות צװישן די דאזיקע צװײ קונסטן. אבער גראד זייער ׳װײטערדיקע אנטװיקלונג האט זײ אויפגעלעזט . אײנע פון דער אנדערער כיט א קקארער נויטװענדיקײט. דער דיאלאג נעמט אין דער דראמע זעלבסטשטענדיק ארויסטרעטן. די מוזיק באגלייט בלויז די רעפלעקסיעס פונם כאר און שפילט דא בלויז אן אונטערגעארדנטע ראלע. עס פארשװונדן אין רער פאעזיע די טרו־• באדורן און מענעסטרעלן, װאס פאעטיזירן מיט מוזיקאלישע אינסטרומענטן. די דיכטונג, חוץ דעם פאלקס׳ליד, באפרײט זיך פון דער מעלאדיע. די מוזיק איז בלויז עמפינדונג, געפיל. אין דער ליריק איז די עמפינדונג בלויז דער דופט, װאס רייסט זיך פון די אויפגעװיקלטע בילדער פון דער פארשטעלונגם-קראפט. זאל זיך אונדז נישט דוכטן, אז אין א ליר א־ז גענוג ה״ויכע געראנקן און טיפע געפילן, אז עס זאל זיין שלימותדיק. אן מוזיק, אן ריטם, אן קלאנג, װאס פאר א װיכטיקע עלע־ כענטן פון דער פאעטיק עס זאל נאר נישט םארמאגן, אױ דאסליד קײן שלימותדיק געדיכט נישט. דער מוזיקאלישער קלאנג פונם ליה די הארמאניע און מעלאדיאזיטעט, װירקט אפט־ מאל פונקט אזוי גוט װי לער אינהאלט. די מןזיק אץ דער דיכטוגג גײט האנט בײ האנט מיט דער פאעזיע. פערץ, קורצע שורות, אן קלאנג זענען פאראריעס פון פאעטישע װערזיפקקאציעס. 6

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.