Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 51 (22.12.1933)
- Date
- 1933-12-22
- Page
- Seite 822 (sequence 2)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 72% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804860--09047-4804019- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערארישע בלעטער נומ. 502 (51) זײש 822 און אױפבליצן,״ װאס יעדע גרעסערע אק קלענערע ליטעראםור פארמאגט זײ. אזעלכע געשטאלטן װי שלום׳עליכם זענען לײטערונג פון דורות העװױת, צער, חכםה און עקשנות. נאר אײן שלום-עליכם,' װײל ער איז געווען די אינטימע קינסטלערישע עקספרעםיע פון די ײדן, װאם הגם זי װארצלט אין דעם טיף פון פאלקלאריםטישע אײגנארטיקײטן, סארמאגן זײ דעם אויסטערלישן מח זיך צו דערהויבן צום אוניװעסאלישן. נאר אײן שלום׳עליכם, װײל אײנמאליק אין ליטעראטור געלוננט אזא םינטעז פון שיקזאל מיס הומאר סון דראמאטישן עיקר, װאס װערט באלאנסירט דורך דער לאכעדיקער טרער. אזעלכע צװײ אויסטערלישע עלעמענטן, װאס ביי שעקס׳ פירן זענען זײ געלאפן פאראלעל און נאר אץ געצײלטע װערק, האבן זײ גראנדיעז און אומהײמלעך זיך נעקוקט אין די אייגן אר־ין. ש. ניגער, װאס האט זײנער צײט געזוכט שלום׳עליכמם ליטערארישן יחוס׳בריװ, האט זיך דערגראבן צו דער שארפזי׳ ניקער .מענדעלע״ און .שמר״׳טענדענץ״, װאם האבן זיך נעראנגלט אין שלום׳עליכמען. ערשט אין די לעצטע יארן איז ער דערגאנגען צום אוני■ װערסאלישן אין טוביה דעם מילכיקן. ענדלעך אמאל! אינם אויפשפירן און אויסגעפינען די שײכות פון דער אײגנארטיקײט צום אוניװערסאלישן פון א װערק ליגט דאך דער הויפט אטריבוט פון יעדער קריטיק. נאר מיט אט דעם מאסשטאב קען זי דערגײן צום װערט און נישט׳װערט פץ דעם אדער יענעם װערק. און שלום׳עליכם איז דאך געװען די אײגנארטיקםטע און אוניװערסאלסטע געשטאלט, װאס מיר ײדן״האבן געגעבן דער װעלט׳ליטעראסור. 111 איך װײס, אז אין אן אײליק׳געשריבענעם ארטיקל לאזט זיך בשופ׳אופן נישם אויסשעפן אזא אײגנארסיקער אוניקוםי װי שלסעליכם. עם איז פאראן נאר איין אויס־ועג — דער װעג פוי אנדײטונגען. אנװארפן א קריטישע סכעמע, אדער בעסער געזאגם — א פאר טעזן, װאם קענען פארענטפערט װערן נאר דורך א גרעםערע מאנאגראפיע. קודם-כל די אוניװערסאלישע מאמענטן. די אײביק׳פראלע׳ טארישע אומקערן. װי, למשל; דאס איובישע און טוביה דעם מילכיקן. דאס דאן׳קישאטישע אין מנחס׳מענדלען. דאם מעפיסטאפעלישע אין פארכשופטן שנײדער. דאם אדיסײאישע אין מאטל פײסי דעם חזנס. דאס אבדעריש׳כעלעמישע אין די כתרילעװקער מעשױת. און אזוי װײטער, און אזוי װײטער... ׳\1 דאם דעמאניש׳מאניאקאלישע אין שלום׳עליכמם העלדן: דער אילוזארישער דבוק, װאס שלײדערט מנחם׳מענדלען פון אײן גראסעסק׳דראמאםישער םיטואציע אין דער צװײטער. די קללה׳מאנאמאניע פון שײנע שיינדל, װאס איז גורם דאס גראטעסקע ליכט, װאס פאלט אױף איר פארפײניקט און ארעם לעבן. און דער שרייבער פון די דאזיקע שורות האבן זיך ערשט דער׳ קליבן נאך א ים פון קריטישע אומװעגן. ,נאר אײן מאל שלום׳עליכם׳. אין דער דערקעגטעניש פון דער איינמאליקײט פון אזא דערשיינונג װי שלום׳עליכם ליגט דאך דער אפענער װעג צום באנעמען אים. װאלט די ײדישע קריטיק פון יענע צייטן דערנאנגען צו ז־ער דאזיקער דערקענטעניש, װאלט זי פארשפארס א סך פאל׳ שע קאמענטארן און ממילא אויספירן, װאס האבן צוגעהאלפן מער דעם מיספארשטענדניש ארום שלום-עליכמען, אײדער דעם דערקענען די דאזיקע אײנציקארטיקע געשטאלט און אירע קינסטלערישע װערטן. יעדע אזא אײנמאליקע געשטאלט טראגט אין ז־ך די קדי• טעריען, װאס העלפן זי באנעמען. אלע דרייםנדיקע קריטעריען, װאס װערן אנגעװענדט לגבי אזא דערשײנונג, געהערן אומבאדינגט און באטאל צו א פאל׳ שער באלײכטונג. דער גײסטרײכער פראנצויזישער משכיל װאלטער האט אדאנק די דרויסנדיקע עסטעטישע קריטעריען, װאס זענען גע- לעגן םחוץ דעם שעקספיר־פענאמען, מיספארשטאנען די גראנ■ דיעזע שעקספירישע אײנמאליקײט. פון מ־ספארשטײן ביז לעכטערונג איז א קלײנער מהלך,- ממש א שפאן־װעג. איז סאקע װאלטע־ געװען שעקספירס לעסטערער און נישט זײן דערקענער. און ס׳איז נישט קײן װונדער, און כמעט זעלבסטפאר׳ שטענדלעך, װ>.ס אנדערע הײםישע משכילים זענען געװען שלום׳ ע״יכם־לעסטערער. מיט די דרויםנדיקע צוגאנגס־מעטאדן, װאס זײ האבן אנ׳ געװענדט, האבן זײ געהאלפן, נײן, זיי זענען טאקע אליין געװען די פאנען-טרעגער פון דער פאלשער אינטערפרעטאציע פון דעם שלום-עליכמישן זשעני. אלצײנם, צי דער דאזיקער טיפ משכיל האם געהײסן אליעזר שטײנמאן, א. װײטער, צבי הירשקאן, אדער אנדערש. א טיפיש־משכילישער רעפלעקס איז געװען, למשל, דער זאג פון פרץ מארקישן;שוין אין דער צייט פון דער איבער• װערטונג), װען ער האט אנװײזנדיק אויף די שלום׳עליכמישע עלעמענטן אין א. מ. פוקם דערצײלוגגען, זיך פארגאלאפירט: ,אװדאי שטאמט א. מ. פוקם פון שלום׳עליכמען, נאר אן ברילן אץ אן דעם שפיציקן בערדל״. אט די אלע אינטעליגענטיש-משכילישע צוגאנגס-מעטאדן און אויםטייטשן האט אפגעװארפן פשוט און עלעמענטאר א ייד פון א גאנץ יאר, װען ער האט א זאג געטון: .נאר איין מאל שלום-עליכם״. 11 נאר אײן שלום-עליכם. אװדאי נאר אײן שלום-עליכם, װײל אין אים האט זיך מאניפעסטירט דער גלגול פון יענעם אייביקן געלעכטער, װאס קומט צו א פאלק נאר אײן מאל אין א יובל. בײ די שפאניער האט זיך דאס דאזיקע געלעכטער אנט• פלעקט אין דער געשטאלס פון סערװאנטעסן. בײ די פראנצויזן אין דער געשטאלט פון ראבעלע, און ביי די ענגלענדער אין דער געשטאלס פון דיקענס. נאר אײן מאל שלום׳עליכפ, װײל אזעלכע געשטאלטן װי שלוביעליכם זענען נישט קײן געניאליש־עפיזאדישע אויפטאקטן