Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 46 (17.11.1933)
- Date
- 1933-11-17
- Page
- Seite 730 (sequence 6)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 75% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804854--08946-4803923- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליםעראדישע בלעטער נומ. 46 (497) זײט 730 קאדיע ם#?א7אהסק' / װ$רשע ד■ כוואדיע פ 11 ווידערשטאנד (זי? דעד פראגע װענן באקעםפן דעם שונד-ראםאן) קען ״יענע מלאכהי־. און עס קענען זיך געפינען שװאכע, און אזעלכע, װאם װילן אװאנסירן אין דער יידישער ליטעראסור װעלן זײ דאך מוזן א. אז. װ. דאס אח נישט נאר בײזיץ און מיטזײן מיט שונד, נאר אײנפאך אימםן שונד. איך בין זיך מװ־ה, אז הערנדיק די װערטער, האט זיך מיר ארײנגעגנבפט א גפדאנק, אז פין ײד. פען׳קלוב װעט מען אינגיכן אויסשליםן מיט• גלידער, װײל זײ שרײבן נישט קיין שונד. אין אונזער בי־ט פון פײנלעכע אומגעריכטקײטן, איז אל תפתח פה לשטן. איך האלט נישט בײ דער םברא, אז דער פען׳קלוב דארף העלםן דער יידישער טעגלעכער פרעסע *ו מערן אירע פראסיטן אויפן ערן-רעכנונג פין ײדישן שרײבער, און מיס שװײגן צושטי• מען דערצו, אז דער ײדישער שרײבער זאל װערן דער ליםעראנט פון די שונד׳ראמאנען. דער פען-קלוב, בײ אן ערנסטן אץ ענערגישן צוגאנג צו דער פראנע, װאלט געקענט <װי ח׳ מייזיל האס מיט רעכט אנגעװיזן אין זײן ארטיקל אץ פאריקן נומער ,ליט, בלעטער״) אויפצװינגען די טענלעכע פרעסע, װעלכע פרעטענדירכ אויף א מינימאלסטער אנשטענד־קײט. צו געבן אויף אירע שפאלטן דעם גיטן ײדישן ראמאן אדער נאװעלע. אױף אזא אופן װאלט דער פען׳קלוב אײפנעטאן צװײ זאכן, אץ זײער וױכטיקע. ארויסגעשלעפט דעם ײדישן טאלענטירטן שרײ• בער פון מוז צו װערן א שינד׳ליפעראנם, געגעבן אים א מעגלעכקײם צו פלאסירן אין דער פרעסע זײנע ערנםטע און גוט׳באארבעטע ליטערארישע ארבעט און, צװייטנם, געראטעװעט דעם לעזער פון דעם שטינקנדיקן ים, װאס פארכלינעט אים, און מאכט אים מער נישט פעיק אויפצונעמען א גוט בוך. בײ דעם גוטן ראמאן אין דער צײטונג און בײ דער קינסטלערישער נאװעלע װאלט אפשר זיך געפונען אן ארט אויך פאר א ליד (קײן^שונד• לידער, װאס זאלן קענען מיטלויפן מיט די שונד׳ראמאנען, זע• נען נאך נישטא. ערע די פאעסן:) לאזן אבער די ליטעראטור׳און פרעסע׳געשעענישן גיין װי זײ גײען (װייטער װי ביז דער מיטארבעטערשאפט סיטן פוילישן תליון מאטשעיעװסיזי קען מען דאך שוין טאקע נישט דערגײן!) שטײן מיט פארלײגטע הענט, אדער גאר אנערקענען, אז קענען שרײבן שונד איז א מדרגד״ איז נרינג געזאגט אן אומפאראנטװארטלעכע באצױנג, אדער אפילו א פארברעכערישע. איך האב נישט ליב די גראמאטיקאלישע פארמע — װען - און די פסיכאלאגיש׳טרעפערישע — װען פרץ זאל לעבן, — אבער איצט מוז איך אנקומען צו א ״װען״. װען דער ײדישער שרײבער זאל האבן אביסל מער װירדע, װאלט ער נישט װעלן מאכן פאר זײן פארבילד און קלאסיקער א קוטשערן, דעם צושטע• לער פון ײדישן שונד׳ראמאן. ער װאלט גיכער באדארפט אײנ- גײן אויף שלום׳עליכמען, אלס זײן קלאסיקער. און איצט װען מען גײט מאכן פאר שלום׳עליכמען א געדענק־װאך, דארף מען דערמאנען, אז שלום׳עליכם איז געװען א ביטערער שונא פון שמ״ר—יזם און פון שונד־מאכערײ. ער האט אױםגעלאכם און געשפאט פון די אויפגעבלאזענע ליבע׳געשיכטעס, און יעדע שרייבערישע פאלשקײט אח אים געװען דערװידער. װער װײםט״ צי איצט װען ער װאלט לעבן, װאלט ער נישס געזאגט צו די שונד-באשיצער, װאס װעלן זץ באטײליקן אין זײנע געדענק• אװנטן: ״מי בקש זאת מידכם רמום הצרי׳ אץ װאלט אװדאי אפ- געטײטשט אויף זיין שטײגער: זײט מיר נישט קײן םעםערם,' און נײט םיר נישט קײן שיך! מיט א יאר צװיי צוריק האט דער װארשעװער פען־קלוב, אויפן םארשלאג פון י. אפאטאשו, אנגענומע; א באשלוס צו באקעמפן שונד אין דער ײדישער ליטעראטור. ליגט דער בא־ שלוס פארבארגן ערגעץ אין די שופלאדן, דעיפאר א־ז דאס שונד־שרײבערײ ארויס אין ברײטן, אנגעצינדן אלע לאמטערנ• דלעך און רופט דעם ײדישן לעזער אין הײזל ארײן... אונזערע טראנזאקציעם אויף דעם געביט האבן זיך שטארק פארברײטערט• ארגענטינע נעמט אפ בײ אינז די ״װײסע שקלאפינם*, דערפאר ליפערט מען אונז פון ארגענטינע די ״הערלעכע״ ״ױנגע רבי־ צענס״. די שונד׳כװאליע האט באקומען שוװנג און ארומגע• כאפט דעם יידישן שרײבער, אנתייבנדיק פץ די מ ט גאט׳ ״שפרעכנדיקע״ װארזאגער און ענדיקנדיק מ־ט אזעלכע, װאס רעדן כמעט הויך װעגן פראלעטארישער ליטעראטור. זײ אלע האבן אבער פאקסיש אײן געמײנזאם פראגראם, װאס קען זיך אויסדריקן קורץ: גאט — פאר יאלדן, ערנםט — פאר אידיאטן, מארקסיזם — פאר בטלנים. דאס איז דאם פראגראם פון ײדישן שונד׳שרײבער, אפטמאל אפילו אויך א חשובער בירגער פו, פען־קלוב. דער דאזיקער שרײבער פילט אפילו נישט, װי קאמיש עם איז, װען ער שטעלס זיך אװעק מיט א פען פין א קריטיקער אין האנט און פרע־ דיקט: דאם איז אמתע קונסט און דאס איז טריפות. ה־נטער זײנע פלײצעס קרימט זיך דער חוזק, און קײכט פאר געלעכטער. קוקט מען און מען שמײכלט: געייאטענע קינדער, אלץ קענען זײ! אױף דער לעצטער יערלעכער פא־זאמלוננ פון פען׳קלוב האב איך רעסטראװרירט דעם שוין צװײ יאר פארגעסענעם פארשלאג, אז דער ײדישער פען־קלוב זאל אנהויבן אן אקציע צו באקעמפן שינד. די כװאליע פון װידערשטאנד, װאס האט מיך א זעץ געטאן מצד א רײ מיטגלידער, די שנאה צו אזא ״װילדן אײנפאל״, האט באװ־זן, װ־ װײט מיר האבן מיט דעם קאמף פארשפעטיקט... עס האט זיך ארויםגעװיזן, אז זײער פיל באטראכטן די יידישע ליטעראבור פאר זייער פרױיאט׳אייגנטום, און זי דאזי׳ קע ירושה מעלקט מען. ארײנקריכן אין זײער געשעפט מיט פארשלאגן װעגן באקעמפן שונד איז, לױט זײער מײנונג, אמ־ װײניקסטן א גראבקײט, א טשעפען זיך צו חברים, א מין פרא־ װאקאציע. פשוט ״העצן״.;דרך-ארץ פארן לעצטן װארט — עס שטאמט פון פארזיצעח. און זײ מאכן זיך תמעװאטע און פרעגן: און װאס איז דאס אזױנס בכלל שונד? און פארװאם באקעמפט מען נישט קײן גראפאמאניען קײן נישט קענען די גראמאטיק? וכדומה נאך אזעלכע קשיאס, װאס זענען אנגעװארפן געװארן גאנצע בערג, אלץ כדי מען זאל פון אונטער די בערג נישט ארויםזען דאס אװעקגעשטעלטע פראבלעם — שונד. פון די פארטדעטער פון דעם אױבנדערמאנסן רײן׳פאדאזיטיש׳פיליס־ טערישן שטאנדפונקט קען מען דאך שוין װירקלעך קײן םך נישט מאנען, װײל אין זין פון באגרענעצטקײט זענען זײ דער־ גאנגען צו ״פאלקאמענקײט״. איך װיל זיך דא אביסל אפשטעלן אויף אן ארויסגעזאגטן געדאנק. אז שונד באקעמפן געװײנלעך די, װאס קענען אלײן קײן שונד־ראמאנען נישט שרײבן. אזא ״מײנונג״ טרייבט ארײן אץ אמביציע דעם יידישן שרײבער, װעקט אין אים א מורא, אז ער װעט נישט קענען באקומען זײן פאלקאםענעם שרײבערישן דיפלאם, אויב ער װעט נישט דערװײזן, אז ער