Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 40/1 (4.10.1933)
- Date
- 1933-10-04
- Page
- Seite 650 (sequence 14)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 72% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804849--08861-4803843- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטעראדישע בלעטער נומ. 41 -40 (2׳ 491) ײט 650 מאריס שרראדע, דירעלגטאר דעם חלב, װאם קװיקט דאס ליכט אין היץ... די דאזיקע טראפנם נעמען אפטער ארום דאס ליכט פון אלע זײטן אבער — טראפנס זענען עס — מער־נישם. און זיי נעמען זיך סון זעלבן חלב, װעלכער - לױכס... דורכצוגײן אין טעאטער דורך אלע שטערונגען דארף מען באזיצן א װילן פון אייזן און א הארץ פון שםאל... און אײב דאס ,קונםט־טעאםער״ האט פאר זײנע 15 יאר דערװײטערט א רײ באשטראלטע יחידיפ, װעלכע ער האט צו טעטיקײט גערופן און פון טעטיקײט - פאריאגט, — איז עס נישט קײן שילד פון מארים שווארץ, צם איו נאר א צוים. א מאס — פון זײנע פארדינסטן. עד־כאן״ — זענען די אויפטוען געגאנגען. איבער דעם — נישט דערגרייכט. אבער דערפון איז נ י ש ט געדרונגען, אז ד ע ר יובל דארף זיך טונקען אין זומפ פון ,טענות״... אין אמצריקע מער װי אין די ארצמע אומשטצנדן פון אײראפעישער װירקלעכקייט האב איך קלאר דערזען, אז דער גרעסטער פלאג פון ײדישער קונםט איז דזןס, װאם דער ײדי• שער אקטיאר איז שלעכט און שעדלעך באאיינפלוסט... פשוט גערעדס: די ״רביים״, די מדריכים און מנהיגים פון די עלטערע דורות האבן פארמאגט .טאלאנט״, ,סעמפערא־ מענט״, שײנע .ארגאנען״, שטאלצע פיגורן, פײנע געשטאי׳טן,— אבער אין ערגעץ איז נישט נעכאליעט געװארן זײער גײםטיקע פױיאנאמיע. דער ײדישער אקטיאר איז געװען א — ,ו ו י ל ד־ג ר א ז״... און אין װילדפעלד װאקםן נישט קיין ,ליליעם״ און ,זשאםמינען״... דער באמת־רייכער, פארביקער, מיט אלע קלאנגען אנגע• פילטער פערזענלעכקייט פון מאריס שװארץ האט אין זײן י ו ג נ ט געפעלט די װירקונג פון גייםטרייכן איינפלוס... א ױנג בחורל, האט ער נישט געהאט צוליב װעמען און צוליב װאם צו צוימען די ברויזנדיקע אספיראציעס פון זײן רײכער נאטור: אין אים האט זיך נישט געהאדעװעט קײן שום ,םענטימענט״ — פון יראת הכבוד פאר עמעצנס שטילערן װונטש און רעכט, װייל ארום האט געהערשט דאס געטומל פון װילדע קולות, שפיציקע עלנבויגנס און יאלדישע סויםטן... און אן שום חניפה און באנקעטישע גוזמות: ,בדורותיו״ איז ער דער ,צדיק״... און װיפל א מענטש איז בכוח פון זיך אליין אויסצוםיילן פיינקייט און שטראלנדיקייט — װעלכע ער האט לגבי זיך פון אנדערע נישט געזען — האט עם מאריס שװארץ פון זיך לגבי אנדערע ברייט און א׳סך פארשפרײט, און ער פארדינט אויפריכטיקע ברכות צו דעד יובל׳דאטע פון .קונסט־טעאטער״.— ,קונסט־טעאמער״? זאל די אויפריכטיקייט פון מיינע שורות נישט װערן פארשטערט דורך א פארשװיגענער מײנונג װעגן דער אינםטי• טוציע... נישט קיין ט ע נ ו ת צו מאריס שװארצן — אזוינס האב איך נישט אפילו אויף א שפיץ פון מעםער — מײן מײנונג איז, אז אײנצלנע עפיזאדן, — צעװאר- פענע, צעזײטע — האבן אונזער טעאטער׳קונסט דערפירם צו מדרגות העכערע, װי עס איז דער ניו׳יארקער קונסט-טע־ אטער בכלל. און פארשװענקען אט׳די אײנצלנע עפיזאדן מים די װאסערן פון לויבגעזאנג גראר דעם טעאטער, הײסט פאר- א ב ר ה ם סאדעחסקי/חזןדשע ל־׳ובסטטעאטעד, 1 11 עם וואלט געװען א װיכטיק געשעצניש - פון גרויסער באדײטונג, פון דערציערישער נאטור, װען אין אײן העלן טאג װאלט װעלכער עס איז בעל-שמחה, בעל-יובל, געפייערטער טוער פון זײן געביט, זיך געװענדט צו פרײנד, פארערער און באגריסער און װאלט זײ אויפגעפאדערט צו לאזן הילכן די טענות, װאס האבן ױך אנגעזאמלט בײ זיי אלעמען קעגן אים, דעם געפײערטן, — פאר די כך וכך יארן, — נאך אפ* טער: יארצענדליקער—פון זײן צו דער שמחה מיט לאר- בערס געקרוינטער טעטיקייט און - אויפטו... און װען א בא- שטראלטער דורך זײן יום-טוב פארגינט זיך דאס פארגעניגן צו מעלדן, אז װער עס װעט נישט ארויםזאגן בײם ױם שיב-טיש קיין צוויי טענות, לפחות, קריגט נישט קיין לעקעך<בראנפן, — איז עס העכסט-װארשײנלעך, אז אדער קיין טענות װאלט זיך נישט געפונען כלל אדער דרײפערטל פון די געםומלטע ט ע נ ו ת װאלטן צערונען געװארן װי םטעארין אין אלטן הענג- לײכטער - אונטערן היץ פון ברענענדיקן קנויט... דער אויטאר פון אט-די שורות האט אויף זיינע טעאטע־- װעגן שוין אײנמאל געהאט דעם צופאל צו זאגן אין קעגנװארט פון א צװיי טויזנט צוהערער, אז ״אויב אט-דאס אלץ: אט־די דרײ-בינע. די הונדערטער ברענענדיקע לוסטרעס, די טויזנטער קלאפנדיקע הערצער און דער גאנצער ת ק ו ן פון גרױסן ײדישן םפעקטאקל הײסט: ״מארים שװארץ״, דאן זאל לעבן און בליצן - מארים שװארץ:״ געזאגט ראש-השנה תרפ״ט, אױף דעי פרעמיערע פון ״קדוש-השם״, װען שװארץ האט מיך ארויסגעפירט צוס עולם אין פארגעשטעלט, — געזאגט נאכן דונער פון באגריסנדיקן אפלאז אין ליכט פון די רעפלצקטארן אין ראמפע פון ״קונםט-טעאטער״, חזר איך עס פון גאנצן הארצן איבעד אצינד און שיק מארים שװארצן מיין גרוס, ברכה און םזל-טוב צום יובילײ פון זײן טעאטער — פון מיינע איצטיקע בין׳השמשותדיקע שאטן-שצהן... און איך דערמאן מיך א קורצן פרט... אן ארטיסט פון דער טרופע — זײן נאמען זאל דא נישט װערן דערמאנט — האט מיר נאך מײן דצמאלטיקער תשובה אויף שװארצעס באגריסונגס-װארט געמאכט א פארװורף: .פארװאס האב איך אלץ קאנצענטרירט ארום נאמען ״שװארץ״ און נישט אנגערופן דערבײ קײנעם פון די אנ- דערע קאלעגן??״ און דער פארװו־ף איז מיר לאנג געלעגן אויפן הארצן, און לאנג געעקבערט מײן געמיט - ביז װאן כ־האב אויפן בײשפיל פון דצם זעלביקן קאלעגע זיך איבערצײגט ענדגילטיק, אז אין טעאטער פלענן די פילבארקײט צו ארומיקע עמאציעס און דאס זיך צוהערן צום געמורמל פון ארומיקע פרצטענזיעס הייםט — ליגן אין אײביקן הינערפלעט... װען עס װאלט געװען א ״מאדע״ אויף באנקעטן און יובילײען צו לאזן הילכן טענות און תביעות, װאלטן די טענות צו מאריס שװארצן אן ספק אויםגעזען װי די טראפנס פון