Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1933-10-04 · 40/1 (4.10.1933) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
9 (1933)
Issue
40/1 (4.10.1933)
Date
1933-10-04
Page
[Seite] (sequence 1)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
74% known words query
IRI
…/4795427-8804799-8804849--08848-4803830
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

15 יאר ײדיש לובסט־טעאטער אײ אמעריהע 4 אקטאבער 1933 8)11מ־ו1216)2סק 4 40/1^^^ן■■ פרײז £0 גר• 24 זײטן ־יבינלראריעלגל א־־וסמדידטנג װאכגלײדיפמ פאד ־יטעדאטור טןיאטעדאוןק־נסט ילריריד פארילאג 3.קקעצק*ן,װארשע, נ ח ס ן דער קיבסטלעדישער דדעג םװ מארים שװארץ א שיער פארםירער, לײקענער און פארלײקענער פין אן אײגן יידיש לעבן, קעגנער םון ײדישער שפראך און ײדישער קולטור. די לעבנם-געשיכטע פון די יידי־ שע פאלקס׳מאסן אין אמעריקע. זײער מאטעריעלער און גײםטי־ קער ,ארויפארבעטן זיך״-איז דאך דער באשײנפערלעכסטער בא• װייז פון דעם לעבנם-כח פון דער םיל־געפלאגטער און דורך דער אײגענער אינטעליגענץ באשפי• גענער ײדישער מאסע. פון דער אלטער היים זיך ארױסגעגנבעט אין אמעריקע. א קרוב אץ אמע• ריקע איז אמאל געװען א פסול אין דער משפחה, װי להבדיל א משומד. װער האט זיך ארױס• געריסן אהין? עפעס א נחית, דרגא, אפפאל, טויגעניכםסן• הפקר־ױנגען: דאס איז דאך גע■ װען די אמאליקע באצײכענונג פאר דעם ײדישן עמיגראנט קײן אמעריקע: און אױך אין דעם נײער הײם וענען געװען פיל זארגעספארזארגער, װעלכע האבן געהאלטן אין אײן פארמיאוסן דאס ײדישע, דאס אײגנארםיק• ײדישע, װאם דער עמיגראנט האט מיט זיך מיטגעבראכט — און קודם-כל — די לעבעדיקע ײדישע שפראך. האט מען דאך אפילי אין דער דעמאלסדיקער ײדישער פרעסע געהאלטן אין אײן דערנידעריקערן דעם .גרינעם״ מיט זײן שפראך אין לעבנם־שטײגער, און געפרײדיקט װאס-גיכער פון אט דער אנטשע• דער גרױסער ײדישער ישוב אין אמעריקע — איז אײנס פון די אויסטערלישסטע װונדער װאס זענען געשען אין אונזער ײדישצר געשיכטע. אין לויף פון׳ עםלעכע צענדליקער יאר איז אויפגעקומען א פיר-םיליאניקער ײדישער קיבוץ, און פון דעם — א גװײ מיליאן אין אײן נױ• יארק נופא. אנם׳אפענע, ארוים• נעשטױםענע ײדישע יחידים פון די אלטע הײמען, — על־פי-רוב פון די ״נידעריקסטע״ שיכטן פון דער ײדישער באפעלקערונג — הןובן עם אין אזא קורצער צײט געשאפן דאם אמעריקאנער יידנ• טום, װאם האט באװיזן אױפ• צושסעלן אזעלכע קאלאסאלע, הימלקראצערישע ײדישע װירט■ שאפטלעכע, פילאנטראפישע און קולטורעלע אינםטיטוציעם, װעל■ כע פארייניקן ארום זיך, און האבן א השנעה אויף דער פיר• םיליאניקער יידישער באפעלקע• רונג. ממש װי אין רבה בר בר הנהס פאנטאסטישע גוזמאות: האם א פויגל ארײנגעשטעקט א פום אין א זייער סיפן ארט אינס ים־אוקינום, האט זיך אנגעהױבן ארום דעם פויגל׳סיסל זיך קלויבן א זעמדעלע צו א זאמד, און עם איז אויםגעװאקסן א גרויסער אינזל... און אט די אלע אײנצעל• נע ײדישע זעמדעלעך און זאמדן. װאם האבן זיך געקליבן אין אמעריקע, האבן קײן אנפירער און אנװײזער נישט געהאט. להיפוך: אנשטאט פירער - אן

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.