Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1933-09-20 · 38 (20.9.1933) · p. Seite 606

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
9 (1933)
Issue
38 (20.9.1933)
Date
1933-09-20
Page
Seite 606 (sequence 2)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
77% known words query
IRI
…/4795427-8804799-8804846--08815-4803799
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ליטערארישע בלעטער גומ. 38 '489) זיים 616 ז? ס ן ד ײ ז ע / / 7? י? ב ע ײדיישיםטן פאד טשעדנאװייץ <זי?ס 25 י7ב? פון דער ערשםער ײדי־&עד ישפר^ך-קאנפערענץ ז*י/ סשערנ^וױץ) צװישן די אונסערדריקטע שפראכן - פאי ײדיש.* עס איז בא- קאנט די גייאלטיקע ראלע אין דער ײדיש־בא־ועגונג פץ דע״ם ,אײדעלן ריטער פון םזרח־יידנטום/ דעם איניציאטאר און פי- רער פון דער טשערנאװיצער קאנפערענץ ד׳ר נתן בירנבוים. נישט קײן קלענערן פארדינהט פאר דעם ײדישיום. כאטש אױף אנדערע סעקסארן פון קאמף. האט גער.אט א צװייטע גרויסע פי־ גור אין דער נאציאנאלער באװעגוננ פון די ײדן אין גאליציע און בוקאװינע, דער דא נישט לאננ־פארשטארבענער לייבל טויבש, װעלכער איז אוין־ געװען אײנעי־ פון די איגאניזאטארן און פי־ רער פון דער טשערנאװיצער קאנפערענץי אבער יצװישן דעם פארפאסער פין דער קאמעדיע ,דער כלבוניק׳ אין די דערמאנטע צ־ויי גרויסע פיאנערן פון דעם ײדישיזם אין געװעזענעם עסס- רײך־אונגארן ליגט א גאנצע עפאכע, און די אײנצלנע פרװון צו דערהײבן די לעבעדיקע שפראך פון דער יידישער נאציאנאליטעט אין דער נאציאנאליטעכן־שטזט בײם דונאי זענען ניאך נישט צונויפגענומען אין א םיגטעטיש בילד. עס איז א חוב פאר דער יידישער היםטאריאגראפיע פון דער געװעזענער טאפל־מלוכה דעם דאזיקן ענין גרינדלעכער אויסצופארשן. בלויז א פאר עפ־זאדן פון יענער פארגעםענער עפאכע װעלן מיר דא דערמאנען. מיט עטלעכע יאר צוריק האט ד׳ר יצחק שיפעיר באשריבן אין די ״ליטערארישע בלעטער״ (1927) א מערקװירדיק ביכל אין דײטש 64ו1ק33 3״״ תסצ, װאס איז ארויס אין לײפציק אין 1932 אונטער די, לײדער עד־היום נישט דעשיפרירטע, איניציאלן י. מ. הי אין דעם ביכל געפינען מיר באמת פאר יענער צייט אוי״ סערגעװײנלעכצ ארויסזאגונגען. דער אומבאקאנטער מחבר - דער• צײלט ש־פע־- - רעכנט אויס, אז פינפאהאלבן מיליאן ײדן רעדן און פארשטײען יידיש, און ארויסטרעטנדיק קענן די עפראכלעכע אסימילאציע-טענדענצן ביי די דײטשע יידן, שטעלט ער דערביי םעסט אינטערעסאנטע פאקטן: אויב מען באנעגנט היינט אין דײטשלאנד א ײד - שדײבט ער אין דער הקדמה - װאס זאגט״ אז ײדיש איז אים פרעמד, איז דאס נישט מער װי א פאילשע שעמעװדיקייט. װארום אין דער יאמתן פא־שטײען נאך אלע דײטשע יידן פון דעם עלטערן דור די יידישע שפראך. בלויז דער ײננערער װערט אינמ דאזיקן פרט הינטערשטעליק, מחמת ער הערט אויף צו פארשטײן די העברעישע װערטער, װאס קומען פאר אין ײדיש׳. פאלעמיזירנדיק קעגן דעם בארימטן ײדישן היםטאריקער גרעץ מיט זײן שוידערלעכער באציונג צו יידיש, כאראלטעיריזירם ער די געשיכטע פוז יידיש וזי א שטיק זזעלט־געשיכטע, "אס אין איר שפיגלט זיך אפ דאם צוזאמענלעבן פון די ײדן מיט די פארשידנכטע פעלקער און די אײגנארטיקע באפרוכפערונג פון דער יידישער פאלקס-מאםע דורך א ריי קולטורן... ײדיש איז איינע פון יענע גאלדענע בריקן, װאס די יידן פלעגן בויען אי- בער די תהומען פון רדיפות און האס, זיך צו דערנעענטערן צו פעלקער, נישט פארלירנדיק דערבײ די אײגענע קולטור-װערטן. אן ענלעכע ראלע האבן אמאל געשפילט בײ די ײדן אזעלכע אייגנארטיקע איבערגענומענע שפראכן, וזי די אראמעישע, גרי- כישע, קאסטילישע, פראװאנסאלישע וכדומה. ײדיש האט אבער א סך א גרעסערע באדייטונג, װי די דאזיקע פארײדישטע פר״עמד- שפראכן, װארום די לעצםע האבן געבליט בלויז אין טעריםאריעל באגרענעצטע ישובים, בעת ײדיש בינדט צונויף ײדישע קיבוצים פון דער גארער װעלט. ״נישט קוקנדיק אויף די פארשידענע דיאלעקטן, װאס בא- שטײען אין ײדיש - שרײבט װײטער אונזער מחבר - װערט די דאזיקע שפראך פארשטאנען דורך די ײדן פון כמעט אלע לענ־ דער, און אזוי־ארום שטעלט ײדיש מיט זיך פאר א גײסטיקע בריק, װאס די אומגעהײערע באדײטונג אירע װעט ערשט דע־ מאלט בולט װערן, װען די ײדן אין די סלאװישע לענדער װעלן איין זײער באפרײונגס־קאמף דערגרײכן א העכערן קולטור־מצב׳• צי קלינגען נישט די דאזיקע װערטער װי א נבואהז - 1. די ײדישע שפראך-קאנפערענץ אין טשערנאװיץ איז נישט קיין אנהויב, נאר אן אפשלוש אין דעס פירהונדערטיעריקן קאמף פון דער לעבעדיקער שפראך פון דעם רוב מנין ורוב בנין פון דעם ײדישן פאלק פאר אירע רעכט אין דעם ײדישן לעבן און אין דער יידישער ליטעראטור. עס איז א װיכטיקע אין זייער אינטערעסאנטע אויפגאבע אנצושרײבן די פולע געשיכטע פון דעם דאזיקן קאםף. נישט אין א יובל־ארטיקל איז עס םעגלעך אפילו נאר ראשי־פרקיםדיק אויםצופירן. דער ענין איז נאך אפילו נישט באארבעט רײן־ב־בליאגראפיש. םאר דער עפאכע פון דער אלטער יידישער ליטעראטורי האט דעם קאמף פאר יידיש םקי־ צירט דער באװוסטער היסטאריקער פ־ן דער יידישע־ ליטעראטור ד״ר ישראל צינבערגס. די נייע װענדונג אין דער געשיכטע פון יידיש מיט דעם אויפקום פון דער השכלה־באװעגונג האט דער שרייבער פון די דאזיקע שורות געפרוװט באהאנדלען אין דעפ האנטבוך פאר דער געשיכטע פון דער יידישער השכלה־ליטערא- טור, ״פון מענדעלסאן ביז מענדעלע׳. אויף דער גרענעץ פון דער השכלה־עפאכע שטייט די מערקװירדיקע פיגור פין דעם פארלויפער פון טשערנאװיץ יכמעט אויף הונדערט יאר> שםואל יעקב ביק, װעמען איך האב געװידמעט א ספעציעלע אפהאנדלונג אין אן אנדער ארט. נישש אומזיסט האט גאליציע געשפילט אזא ראלע אין דער טשערנאװיצער קאנפערענץ. איך האב שוין אין עשלעכע לעצטנס־פארעפנטלעכטע ארטיקלען (אין דעם הװש- זשורנאל פון דעם ײדישן װיסנשאפטלעכן אינסשיטוט ״ייװא-בלע־ טער׳) געפרװוט דערװײזן, אז די אנהײבן פון דער נײער ײדי- שער ליטעראטור פירן קיין גאליציע. אבעי אויך די באװעגונג פאר ײדיש איז, װײזט אויס, פארבונדן מיט דעם דאזיקן לאנד נאך אין יענע־ צײט, װען מיר האבן װייטער צו מזרח געהאט נאך בלויז א שװאכע אנונג װעגן דער װיכמיקייט פון דער יידי־ שיער פאלקסשפראך. א סך איבערראשונגען זענען נאך אויף דעם געביט ימעגלעך. װאס איז, למשל, װערט דער פאקט פון אן אפ■ מאך צװישן די יידישע םטודענטן אין בודאפעשט צו רעדן צװישן זיך נאר ײדיש, װי מיר װערן עם געװאר אויס דער פיעסע פון דעם פארגעסענעם ײדישן שריפטשטעלער פון די 50־ער יארן פון פארגאנגענעם יארהונדערט ישעיה־מאיר פינקעלשטיין ״דער כל־ בוניק״: - ״ײדיש שפרעך מיט מיר, גישט קײן דײטש; - זאגט דער העלד פון דער פיעםע קלוגמאן צו זײן חבר פרענקעל - דו האסט פארגעסן, ויאס מיר האבן צװישן אינז סטודענטן אפ־ געמאכט - נאר סאמע יידיש צו רעדן?2) עס איז נישט קײן חידוש, װאס גאליציע איז געװען דער מקור פון דעם ײדישיזם. איז זי דאך געװען א טײל פין דער האבסבורגישער אימפעריע, וװ עס האט אין משך פין19־טן יאר־ הונדערט געברײזט פון דעם קאמף פון די אוגטערדריקטע פעל־ קער פאר זײער נאציאנאלער באפיײונג. אמת, דאס װאס איז געװען קלאר פאר די״נאציאנאלע קעמפער פון די טשעכן, פא■ ליאקן, אוקראינער, כארװאטן, - איז פון דער ײדישער אינטע־ ליגענץ, װאס האט געפרעדיקט און קולטיװירט די אסימילאציע מיט די םערהײטס־פעלקער, אפט אפילו מיט די פעלקער־אונטער־ דריקער, מיאום און לײכטזיניק פארראטן געװארן, און דער שאדן דערפון איז אומנעהײער, פילט זיך עד־היום, האט פארװאנדלט די יידישע נאציאנאליטעט אין עסטרײך אין אן אומװערדיק גע־ װער פאר פרעמדע אינטערעסן אין דעם נאציאנאליטעטן־קאמף פון רער טאפעלער מאנארכיע. דאך פלעגן דא און דארט זיך דורכרײסן אײנצלנע קעמפער אוייך פאר דער אונטערדריקטסטער 1) .^דער קממף פאר ײדיש אין דער *?ס-ײדישער ליסזגראסרר״* .ןי־ לןלןגישע שייפהן סון ײיון׳*, 2. 2. 2) ד׳־ר ס. װײנרײך-סיר םןרגעסענע סיעסעם סון מיסן נײנגבםן יןר־ הונדערט״, אין *ןרכיװ פ*ר דער געשיכפע פץ ײדישן סעןטער אין דרןמע׳*, ארויסגעגעבן םון ײװן אונסער דער רעד&קעיע םץ ד״ר יעקב שןצקי*

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.