Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1933-08-04 · 31 (4.8.1933) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
9 (1933)
Issue
31 (4.8.1933)
Date
1933-08-04
Page
[Seite] (sequence 1)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
76% known words query
IRI
…/4795427-8804799-8804838--08691-4803682
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

4 אויגוסט 1933 *!תק־וש^ 4 צענטער יןזרגאנג פרײז 50 גר. *ביע־אר־-־ע ףךץ^ךףך * א־־וײילדירטע װאעשריפט פאד 9?יזםעדאטוד ■■ טיזאפןןזדאון־ונסגע פארהאג כ.ק?עעק*ן,וזארשז< דאם ײדיישע װאדשע נאך צרואנציק יאד (םון $ שם1טס סיס *. >}7ם') בלי. און אױך דער עלטערער דור ײדיש־אמעריקאנישע שריםט• שטעלער, איז געװען בײ די בעםטע כוחות: זאמלביכער, ביכער, זשורנאלן, קאמף פארן בעםערן ײדישן װארט, ײדיש טעאטער, ײדיש לעבן. אלץ האט געאטעמט מימ בראשית, געשמעקט מיט דער שװארצערד פון צעאקערטע קולטור־פעלדער. מ׳האט געצייגן יניקה פון מזרח־אײראפע, פון די פארװארצלסע ײדישע קולםור״ קבוצים, אבער שוין אויך געשטעלט אויף זיך, געאטעסט מיט אמעריקאנישער אטמאספערע; דער און יענער האט אפילו רע• װאלטירט קעגן מזרח־אייראפעישער העגעמאניע, גערופן צו אומ״ אפהענגיקײט און אײגנארטיקײט. יארן נאך יארן. די װעלט איז אויפגעטרײסלט געװארן פון מוראדיקע שטורעמס, װאם האבן אלט־יידישע קהלות אוים־ געריסן מיטן װארצל, צעפיצלט גרויסע ײדישע צענטרן, איבער־ געסאשט װערטן. אמעריקע איז דורך דער צײט דורכגעגאנגען קאלט און װארעמס. גרויסע שפע און גרייסע ארבעטסלאזיקײס. דאס זאטע לאנד האט טועם געװען הונגער. די פרישע בלוט־ שטראמען פון אימיגראציע זענען אפגעשטעלט געװאר,, און דער גרויםער אמעריקאניש״ײדישער קבוץ איז װי פאראליזירט געװארן. אפאטיע, ציניזם און האפענונגםלאזיקײט האבן דארט אלעמען ארומגעכאפ:׳. דאס ײדישע בוך איז טויט. נישטא קײן פארלאג• װעזן. נישטא כמעט װו צו דרוקן. נישטא קײן האפענונג אויף דער צוקונסט. נאר איין האפענונג איז דא אין אסעריקע, װי אין די אנדערע אימיגראציע-לענדער-און דאס איז דאס פוילישע ײדנטום. דער ײדישער שריפטשטעלער, דער ײדישער קולטור-טוער, דער ײד שער לערער — זײ אלע דארטי איבער שבע ימ־ם, בויען אויפן פוילישן ײדנטום; פון דאנען זוכן זײ דערמונטערונג און שטארקונג; דא זעען זײ דעם גײסטיקן רעזערװואר פון אונזער קױם, דאס ליכט און די קראפט פאר אונזער צעזײט און צעשפרײט סאלק אױב אץ אמעריקע שאפט זיך גאך עפעם, אויב דיכטער און קולטור־טוער לאזן נישט אראפ די הענט מיט יאוש, איז עס נאר דער כח פון פוילישן ײדנטום, װאס צינדס באהאלסענע פײערן אין זײערע נשמות. דא, אין פוילן, איז דא טראדיציע, איז דא גלױבן, איז דא אידעאליזם; דא איז דא א ײדישע ױגנט, א ײדישער לײענער, דער באנעריטרעגער םון דער ניי״יידישער קולםור. אזוי גלױבט מען בײ אונז, אק אמעריקע. א. אלמי איז צװאנ• ציק יאר נישט געװען אין װארשע. די גאנצע צײט איז ער געשטא־ נען אין אן ענגער פאר■ בינדונג מיס דער ײדי• שער פרעםע און מיטן קולטור״לעבן אין פוילן. װי נעמט אויף א גאסט דאס ײדישע װארשע, װאס פאר אן אײנדרוק מאכט אויף אים דאם היגע ײדישע קולטור״ לעבן? ס׳איז שװער גע• װים נאך אײניקע גע• צײלטע טענ סארברענ• נען אין א שטאס אונ• טערציפירן א גענייעם םך־הכל צום געזעענעם, אבער די ערשטע אײני־רוקן זענען דאך אפם די ריכטיקסטע. ״א. אלמי זאגט: ...נאך 20 יאר אװעקגײן םון װארשע, פון פוילן, שפאציר איך וױדער איבער די װאר״ שעװער גאםן, שפאציר דא און זוך עפעס... מ׳זאגט מיר, אז װארשע איז גרעסער און ליכסיקער געוזאק, אבער מיר איז דא איצט ענגער און פינצטערער... איך האב געלאזט א װארשע םיט גרויסע ײדישע האפענונגען; א װארשע, װו דער נײ״ ײדישער גייםם איז אויפגעקומען; װו א נײ״יידישע ליטעראטור איו געבוירן געװארן און זיך פונאנדערגעבליט; א װארשע, װאס איז געװען דער צענטר סון דער גאנצער ײדישער קולטור- װעלם. א שאד, א גרויסער שאד איז דעמלט געװען איבער• צולאזן די דאזיקע שטאט, און א קללה האט זיך נעריסן פון די ליפן אויף דעם רוםישן רעזשים, װאס האט מיך, װי א סך אנדערע, געצװונגען אױסצוװאנדערן אויף שטענדיק. אבעי אי7 אין אמעריקפ האס דעם נײ-געקומענעם שריפט• שמעלער און אינטעליגענם אויסגעכאפט און ארוםגענומען די סדייד פון דער ניי׳ײדישער קולטור, פון שעפערישער אקטיװיםעט. אין ניו-יארק זענען דעמלט די ״יוננע״ נעװען אין זײער םולן 1\ ען

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.