Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 27 (7.7.1933)
- Date
- 1933-07-07
- Page
- [Seite] (sequence 1)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 80% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804834--08623-4803618- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
7 ײלי 1933 פסקו[ 7 צענטער יןןרגאנג פרײז 50 גר. ידדילד־או־ידלדיל א־־ופמדירטננ װאכנשריפמ פאד ־ימעראבי־־ ■■ טןיאטןזדאוןל/ונסגע יך^ויד פארקאג כ.ק?עעק*ן,װארשיצ א גדויםעד געפאד קײן שום ליטעראםור האלט זיך נישט איצט בלויז אויף אײגענע, אריגינעלע װערק, און א פשיטא שוין די קלענערע ליטעראטורן. די איבערזעצונגען זענען איצט א װיכטיקער בא- שטאנד־טייל פון יערער ליטעראטור. װי אלע אנדערע לײענער, האם אויך דער יידישער לײענער א גרויסן אינטערעס צו װערק פון דער װעלטיליטעראטור. די לעצטע עטלעכע יאר (פאר דעם שװערן קריזים אויםן יידישן ביכער-מארק!) האט דער ײדישער לעזער באקומען א ריי װערק פון דער װעלט־ליטעראטור אין א ײדישער איבערזעצונג. די פאדערונג אויף די איבערזעצונגען איז געװען זײער גרויס. לויט די ביבליאטעקיבאריכטן זענען די ײדישע איבעדזעצונגען פון־ גארקי, ראםען ראלאן, טאלסטאי, האםסון, פראנס, און פון די םאװעטישע שרײבער שטארק גע• לייענט געװארן. עם זענען געװען פיל פאלן, װען אין דער ײדישער שפראך זענען דערשינען איבערזעצונגען פון בארימטע, פאפולערע װ;׳ רק, װען אין פויליש, רומעניש, לעסיש, צי ליט• װיש זענען זײ נאך נישט ארויסגעגעבן געװארן. דאס האט צו• געצויגן צו דעם ײדישן בוך, פריער צום איבערגעזעצטן און בהדרגה אויך צו דעם אריגינעל־ײדישן, פיל נײע לײענער, אי• בערהויפט פון צװ שן דער יוגנט, װאס איז להוט נאך נײע פרישע ביכער. דאס האט אויך אקטיװיזירט די ײדישע ביבלא• טעקן, פארברײטערט דעם קרײז ײדיש׳לײענער. די פאראינטערעסירטקײט פון דעם ײדישן לײענער צום איבערגעזעצטן בוך האט געבראכט דערצו, אז די צאל איבער• געזעצטע ביכער איז שטארק געװאקסן אין דער ײדישער םאר• לאגס־פראדוקציע. אין די באריכטן פון דער פארלאגס-ארבעט פאר די יארן 1927—1930 האט דאם איבערגעזעצט בוך פארנו• מען גאר א בכבודיקן ארט. אין דער שײנער ליטעראטור, — און בעיקר צװישן ראמאנען און דערצײלונגען — האבן די אי• בערזעצונגען פארנומען איבער 50 פדאצ. פון דער אלגעמײנער צאל ארויםגעגעבענע ביכער. די איבערזעצונגען זענען דערשינען אין גאר א גרויסער צאל עקזעמפלארן. ״זשאן קריםטאף״ םון ראמען ראלאן איז דורך די ,ליט. בלעטער״ געדרוקט געװארן — די ערשטע אויפלאגע אין 3.500 עקז״ שפעטער זענען ארויסנעלןןזט געװארן נאך אײניקע אויפלאגעס אין נאך א ססס.3 עקז•; טאל• סםאיס װערק זענען לכתחילה געדרוקט געװארן אין א 3 טויזנט עקז. (שפעטער — געפאלן ביז 2 טויז. עקז.); רעמארקס ,אויפן נחסן סײזי? מיד שטײען פאד דער אלץ־דויערנדיקער קריזיס אינם יידישן םארלאגם-װעזן האט אנגענוםען א כראנישן כאראקטער. מען האט נעמײנט מיט א צװײ יאר צוריק, אז מען װעס דעם קריזים גיך איבערװינדן, עם װעט ־וידער קומען אן אויפלעבונג, און די פארלאגסימאשי• נען װעלן װידער געלאזט װערן אין גאנג. פון דעם צײטװײליקן קריזיס אבער איז געװארן א חורבן. די פארלאגן גיבן קײן נײע ביכער נישט א־וים, די פריערדיקע ביכער פארקויפן זיך כמעט נישט. עס איז אפגעםאלן דער פריװאט-קויפער, עס איז פארשװונדן םון ײדישן ביכער-מארק די ײדישע ביבליאטעק. און עם האט זיך געשאפן א פארכישופטער קרייז: פארלאגן גיבן נישס ארויס קײן ביכער, װײל די ײדישע ביבליאטעקן זענען נישס טעטיק, די יידישע ביבליאטעקן זענען װייניק טעסיק מיט יידישע ביכער, װײל עס דערשײנען נישט קיין נײע ײדישע װערק. אריגינעלע יידישע װערק דעושיינען נאך דא און דארטן. דער דיכטער, דער פראזאיקער, װאס האט פארטיק א װערק, רוט נישט, ער זוכט כלערלײ מיטלען, דאס װערק זאל דערזען די ליכטיקע שיין. יעדעס ניי׳דערשינענע יידישע בוך די לעצטע צװיי-דריי יאר האט זיך זיין לעבנסגעשיכטע. װיפיל מי, מא• טערניש, קרבנות, שפיכת־דםים קאסט דעם מחבר, אז דאס בוך זאל דערשײנען! אלײן דער שרײבער, אלײן דער ארויםגעבער און אפטםאל אלײן אויך דער פארקויפער, צו אונזער חרפה זאל דא דערציילט װערן, אז עם האט זיך אומגעקערט די ״אלטע גוטע״ צײט פון ,פרענומעראנטך און פון גײן איבער די הײזער (ממש!) מיט אן אײגן ביכל. — אבער װי עס איז, אזוי אדער אזוי - אן ןןריגינעל יידיש בוך דערשײנט נאך פון צייט צו צייט. - אמת, אך און װײ צו אזא מץ דערשײנען: גאר אנדערש איז םיט איבערזעצוננען פון אנדערע שפראכן — אט דער מין איז לחלוסץ פארשװונדן פונם יידישן ביכער• םארק. און עם איז פארשטענדלעך: אויב א םחבר האט אמבי• ציע און װילן און ענערגיע ארויסצוגעבן זײן אײגן בוך, — פעלט דאם אלץ דעם איבערזעצער. קײנער װעט נישט גײן אי• בערזעצן א בוך, װען עס זענען נישסא קײן שום אויםזיכםן די איבערזעצונג אפצודרוקן און צו פארשפרײסן. אץ דעדיבער האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו דערשיינען איבערזעצונגען פון אנדערע שפראכן אויף ײדיש.