Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 25 (23.6.1933)
- Date
- 1933-06-23
- Page
- Seite 398 (sequence 2)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 79% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804832--08590-4803587- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליסערארישע בלעטער נומ. 25 (476) זײט 398 אדעד ״ קולםוד-ליגע ״ ארבעט װערט דאך םײ װי געטאן פון די םארשידענע ארנא• ניזאציעם נאך אײדער זײ פעדערירן זיך. די ,קולטור׳ליגע׳ איז בלזיז אן ארגאן, װאס קען העלפן און אינשענםיםיצירן די אר■ בעטן פון די פארשידענע גרופעס, װעלכע זי פארטרעט. פארשטײט ויך, אז אפילו אזא לויוע פארבינדונג איז מחײב א געוױםע בשותפותדיקע פלאטפארם. עם דארף זײן א פאזיסױוע באצױנג בײ יעדן שותף צו דער ארבעט םון די אנדערע שותפ־ם. אײב אט די באצױע איז נישט חל אויף אלץ, װאם װערט געטאן פון דער גאנצער ארגאניזאציע איז לכל הפחות אויף דער גרעםטער טײל. דאס שאפט די עלע■ מענסארע פםיכאלאגישע באדינגונגען, װאם אן זײ איז צוזא׳ מענארבעט צװישן מענטשן אוממעגלעך. אמאל, אמאל, אין די פארהיםטארישע צײטן פון א 15 יאר צוריק, איז דאס מעגלעך געװען. איך װײם, װי שװער עס קוסט אן טאלעראנטע צוזאמענארבעט צװישן םלאװן, װי נאך שװערער עס איז צװישן סע״יטן, און װי הארץ׳רײסנדיק און גאל׳ברעכנדיק שװער צװישן אונזערע ליבע םעמיטא׳סלאװן. א־ז כאטש איך האב זיך אין יענע .קולטור׳ליגעס׳ נישט באטײ■ ליקט, קען איך זיך לײכם פארשטעלן די קולות וברקים מיט די שלאפלאזע נעכט אויף פארזאמלונגען, װען עם האט זיך געהאנדלט װעגן א ברעקל פון א סימן םון א שאטן פון א װארט אין א רעזא־וציע. און דאך — עם איז םענלעך געײען. קולטור און אלג אירע צװײגן האבן דעפאלש נאך סארמאגט אן אײגענע מאס און אן אײגענעם אמת, פון װעלכן באטראכס צו װערן. א פירער פון א פאליטישער ארגאניזאציע װאלס זיך דעמאלט געשעמט ארויפצולײגן א חרם אויף קונםט׳װערק אדער אויף װיםנשאפטלעכע ארבעטן, װאם האבן אים נישט געשםעקט• ער װאלט זיך דערמיט ממש װי אײסגעשלאסן פון דער ציװי׳ ליזירטער געזע־שאפט. דאס איז געװען א צײט, װען מען האס נאך שלום אשם װערק, למשל, נישט פארברענס, נישט אין בא׳ װוםטזיץ פון פארטײ׳פירער אין מאסקװע אדער װארשע, נישט אויפן אפערע-פלאץ אין בערלין. אין תוך איז געװען אן אנגע׳ נומער בליק אויף קולטור׳שאפונגען, װאם האט באשטימט זײער װערט. דאם צוזאמען מיט דעם פאקט, װאם אלע צדדים האבן געזען אין א ״קולסור׳ליגע״ בעסערע מעגלעכקײסן פאר זיך, האט געשאפן א באדן פאר צוזאמענארבעט. דאס און נאך עפעם. אין יענער צײט איז דער נאציא׳ נאלער פאטאס נאך געװען װארעם. ער האס נאך געםראגן אין זיך דאס נישט׳פארלאשענע פײער פון די פאר׳מלחםה יארן. דאס איז געװען קענטיק אפילו ביי אזעלכע, װאס האבן — צו׳ ליב עפעס א פארהויקערטן קלאםן׳באװוםטזײן — געמוזט רעדן װעגן דעם סיט קילע און אפקילנדיקע רײד. נאציאנאלער פא׳ טאס, אומנעשטילטע תאװה פאר נאציאנאלן קױם איז, אין ײדישן לעבן, די םאמע ערשטע באדינגונג פאר קולטור׳ארבעט אין ײדיש. הײסט עם, אז אין יענעם גרויען אלטערטום, װען די ,ליגעם׳ האבן זיך געפרוכפערט און געמערט, איז די צײט נעװען גינציק פאר אזא טעטיקײט. אנדערש — איצט. איצט װעלן זיך פאליטישע פארטייען םםש בלאמירן, װען זײ װעלן אין קולטור׳ ארבעט זיך פארבינדן מים צו׳װײטע צדדים, װער שמועםט נאך י מיט ,נײטראלע׳ צדדים, .װאס דינען אין אמתן דער בורזשוא׳ זיע״. זײ האבן יארן׳לאנג אויסגעהאדעװעט דעם דאזיקן גלויב?ײזנז־ש?עד׳דדנד / ביז־יאדק ״קולםװ־ געזעלשז*פט״ 1 קאלעגע נחמן מײזיל האט געטאן א גוטע זאך, װאס ער האט אויפגעהויבן די פראגע װעגן ,א קולטור׳געזעלשאפט״ אין פוילן. א קורצע נאטיץ האט שפעטער דערצײלט, אז אין װילנע איז פארגעקומען א באראטונג פון עטלעכע שריפטשטעלער און קולטור-שוער װעגן דעם דאזיקן ענץ. איז דאס אלץ א גוטע בשורה אץ א גוטער סימן, כאטש א הארעלע ישוב׳הדעת עצהט מץ־ צו זאגן: גיכער א גוטער סימן, װי א גוטע בשורה. א גוטער סימן, װײל דאס באװײזט, אז פארײנזאמסע, צעשטויבטע כוחות, מיט א פונק אין הארצן און א װא־ם אין מויל, םילן׳ אז ס׳איז שוץ געקוםען די צײט זיך צונויפצורעדן. אבע־ א גוםע בשורה? װער װייס? דאס הענגט אפ פון דעם, װאס מען װיל, װי פינקטלעך און גענוי מען דריקט דאס אוים, און װעל• כע ארגאניזיר׳װעגן מע צײכנט פאר זיך אן. װארום א דורכ׳ פאל אין אזא אונטערנעמינג. בפרט נאך אין דער איצםיקער אײסגעמוםשעטער צ־יט, זײגט אוים די ענערגיע אויף יארן שפעטע־ דעריבער װען מען װיים ניש װעלכע פרטים עס זע׳ נען פארהאנדלט געװארן אויף דער באראסונג איז, פאר מיר לכל הפחות, שװער צו זאגן, צי מיר האבן זיך באמת מיט װאס צו פרײען. אבער קידם׳כל שםעלט זיך מיר א הארבע קשיא: פאר- װאס עפעם ,קולטור-געזעלשאפט״? פארװאם נישט ,קולטור׳ליגע״? אױ דאס דערפאר װייל .קולטור׳געזעלשאפט״ איז לעצטנס נע׳ װארן א פאפולערער נאמען, אדער דערפאר װײל עם איז פא׳ ראן א פונדאסענטאלע טעארעםישע און פראקטישע נפקא מינא צװישן די צװײ און מען װיל טאקע באװוסטויניק דװקא ,קול• טור׳נעזעלשאפט״ און נישס ,קולסור׳ליגע״ ז אויב דאס ערשטע איז אמת, אײב עם האנדלט זיך בלויז װעגן א פאפולערן נא׳ מען, װאלט איך געהאלטן, אז די איניציאטארן האבן זיך צו װײניק ארײנגעטראכט א־נם כאראקטער פון דער אונטערנעמונג. דאם װאלט זיכער נישט געװען קיין גוטע בשורה. אבער אויב דאם צװײטע. אויב זײ מײנען מיט .קולטור׳געזעלשאפט״ אוים־ צודריקן א גאנץ באשטימסן טעארעטישן און פראקטישן דרך — און מײן מײנונג װענן דער אינסעלעקטועלער קװאליטעט פון די דארטיקע קאלענן גיש מיר דאס רעכס צו גלויבן, אז דאס איז ריכטיק — דעמאלט. װאס פארשטײען זײ אונטער ,קולטיר־גע׳ זעלשאפש׳? װאםערע נײע אדער באנײטע לאזונגען װילן זײ ארײנברענגען אין ארגאניזירטן יידישן קולטור׳לעבן? אויך איך זע אײן א גרינטלעכע נפקא םינא צװישן ,קולטור׳געזעלשאפט״ און .קולטור׳ליגע״, און האלט, אז פאר דער לעצסער איז איצט מער קײן פלאץ נישטא אין אונזער לעבן, און יעדע אנשטרענגונג צו בויען אזא איז פשוט ארײם׳ געװארפענע ארבעט. דאס איז אמת סײ װעגן דער אײנציק׳ מעגלעכער פארם פון דער ארגאניזאציע פון א .קולטור־ליגע״, סיי װעגן דעם אינהאלם פון דער ארבעט, ײאם איר כאראק׳ טער צװינגט אויף איר ארויף. א ,קולטור׳ליגע״ איז אײגנטלעך א פעדעראציע פון עק׳ זיסטירנדיקע ארגאניזאציעס, אדער םעקציעם, װאס פארנעמען זיך מיט דעם, װאס מען רופט אן קולטור׳ארבעט. דער שטויס צו אזא פעדעראציע אױ א רײן פראקטישער: איינשפארן כוחות, הוצאות. שאפן א בעםערן אפאראט, קריגן מעגלעכקײטן זיך אײנצושפאנען אין גרעםערע אונטערנעמונגען, אד״ג. די עצם׳