Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 19 (12.5.1933)
- Date
- 1933-05-12
- Page
- [Seite] (sequence 1)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 69% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804825--08487-4803490- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
19 12 מאי 1933 3[3רת 12 צענטער י$רג*נג פרײז 50 גר. פאױיקאג ב.קקעערן*ן,וזארשיצ טןןאטנןדאץקונםמ יליביגלך־אר־־עןנג 3ממעה5?53 ־יפלעדאבייוד ■ םשה גראס דאס ״גײסטיקע״ לעפן אץ איעטיקן דײטשלאנד אזוי װי אויף אנדערע געביטן פדן דעם ,בזןנײטן׳ דײסשן לעבן, האט דער קולטור-כאם אײנגעפירט אויך אין דער ליטע• ראטור דעם פאפולערן פרינציפ פון ״אויטארקיע׳: מען לאזט נישט ארײן קײן ,פרעמדע״ אידעען, פארמען, שטרעםונגען, מען לאזט זיך באשײדן באגניגן מיט דער אײגענער, אזויצוזאגן ,אריגינעלער׳ באגרענעצטקײט. דאס איז דער טיפער זין פון דער ,נאציאנאלער אויפלעבונג״ אין דער הײנטיקער דײטשער ליטעראטור• דער כאם קאן באשטײן, אז די ליםעראטור זאל אים דארט זײן נישט אזוי אינטערעסאנט, אז זי זאל זיין אפי• לו אביםל לאנגװײליק, נודנע, גײסטלאז — אבי זי זאל נאר זײן ד ײ ט ש, געװאקסן אויף דעם אײגענעם מיםט, פון װעלכן עם דארף שוין שמעקן פון װײטנם מיט דעם סקארבאװן ,ריח פון דער ערד״... יארן לאנג האט ער נעבעך, בעל כרחו, געמוזט הנאה האבן פון די װערק פון טאמאס און היינריך מאן, װערםעל, װאסערמאן, פויכטװאנגער, הויפכמאן, קײזער. ער האט געלאזם זײ ארומװארפן מיט זיך איבער די תהומות פון מענטשלעכן לעבן און לײדן, ער האט ארומגעבלאנקעט אין זײער ק נסטלע• רישער װעלט צװישן חלומות, ספקות, בענקענישן און נאך אזעל• כע װילד-פרעמדע זאכן, װאס זענען אים אלע געלעגן אין דער לינקער פיאה פון דעם ײדישן גײםט — און זײער הארץ האט זיך אלץ געצויגן צו דעם געשמאקן, זיםן שונד פון די ,פאטער• לענדישע״ ראמאנען, צו זײער געזעצטער סאלידער ,װעלטאנ■ שויאונג׳, װאס דערקוטשעט נישט םיט קײן נײע געזיכטםפונקטן, מיט קײן נייע װערט-קריטעריעס, װאס ,חנדלט׳ זיך נישט אזויפיל מיט דעם טאלאנט דארט, מיט סטיל, טעמפעראמענט, מיט קינםטלערישן גלאנץ. צי האט ער דען פײנט ליטעראטור, דער כאם — ער הןןט נאר ליב, אז זי טויג נישט. ער קאן זיך נאך אלץ נישט צוגעװױנען צו דעם הארבען קינסטלערישן נוסח פון טאמאס מאן, צו דער דינער, כמעט אומזיכטבארער איראניע, װאס האלט זיך עפעס אזוי מאדנע שטײף צװישן גײסטיק םארפונדעװעטע שורות. ער קאן זיך בשום אופן נישט ארײנטראכטן אין דער טונקלער איבערגעלאדענקײט םון װאסערמאנס סטיל, צו װעלכן עס םאדערט זיך טײלמאל פאקטיש א געהעריקע גמרא׳סרענינג. ער קאן נישט םארטראגן די הײסע, טראפישע פראכט פון אין היכל׳קאזארמע פון דער איצטיקער דײטשער ליטעראטור שמעקט מיט העראישער מארד-ראמאנטיק, מיט צעפארעטן נאציאנאלן התלהבות-שװײם און — פון שענקייטװעגן — דיט די זיסע ,דאמאש׳ נע״ טײכל־װעלדל-אי• דיליעס פון אלערלײ פארגעסענע גראפא• מאנםבילישע פאעזיע׳ מומעס און פראפעםא• ריש-ערװירדיקע לירישע נודניקעם, װאס פראװען איצט אין דײטשלאנד די ,רענעםאנם״ פונם דילעטאנםיזם. זײ האבן לאנג געװארט אױף דעד דאזיקער קאנױקטור. זײט דער פרעמדער ,ײדישער גײסט״ האט זיך ארײנגעכאפט אין דער דײטשער ליטעראטור, האבן זיי ד־ הײמישע, פאטער• לענדישע קאטעדרע-קװעטשערם און גראמען-םלעכטערם, זיך צו• ריקגעצויגן אינגאנצן פון דער ,פאראומהײליקטער״ ליטעראטור, צו װעלכער זײ האבן אלע יארן צוגעשטעלט גאנצע קופעם מיט סאקראלן, הימנישן שונד... איצט איז װידער געקומען זײער צײט. היטלערם קאמי• םארישער קולטור-כאם, דער ממונה אויף דער נײער דײטשער גײסטלאזיקײט, האט ארויםגעװארפן סון דעם דײטשן קולטור• אוצר די אזויגערוםענע .ײדישע אספאלט׳ליטעראטור״, אלץ, װאס האט א שײכות מיט דעם מאדערנעס געזעלשאפט-לעבן, מיט זײנע פראבלעמען, ראנגלענישן, װײטאקן, םיט דער נויט פון דער מענטשהײט, םיט דער גאנצער סאציאלער און גײסטיקער צעבראכנקײט םון דער צײט — און האט ארײנגעםירט אויף דעם ארס א מין פיקטיװע אויסגעטראכטע אידילשקײט פון דעם ,גאנצן״ הארמאנישן, באנײטן דײטשן מענטשן.