Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 2 (1925-1926)
- Issue
- 106 (14.5.1926)
- Date
- 1926-05-14
- Page
- [Seite] (sequence 1)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 75% known words query
- IRI
…/4795427-8773849-8774796--01208-4796553- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
םרײז סה גראשז >6 10(5 >7ל/ס<!(7'7(!/פ(?װכנ^ככ&ר ל'3פר^^(!1!נ^װ7 *(ןץװספ! * פרײטיה 14 מאי ־1926 י> פארל־־יאג ב. קלעצהין, װארשע א קאפיטל ײדישע קדבםטו ־ געשיכטע (50 יאר םאלערישע םעטיק״מ £ין טאוריןױ טרעשכיזשש) פיטל. מיר זײנען דאך א סך רײכער און פילזײטיקער, װי מען שטעלט עס אונז דא םאר. רײכער סײ אין פארם, סײ אין פארב־ רײכער אין װאריאנטן, טיםער און ברײסער אין אידעען. און נישט אמח איז, אז מיר האבן אין די 50 יאר בלויז געװײנט און געיאמערט אויף חורבן ירושלים. תשעה־באב איז נישט אונזער אויסשליסלעכע טעמע דורך דעם לעצטן האלב״יארהוני דערט, װי טרעמבאטש מאלט עס. מאוריצי טרעמבאטש פײערט איצס 50 יאר פאלערישע טעטיקײט און בא־ גרייםט נישט, אז דאס איז אייגענטלעך מאוריצי גאטליבס ױבילײ און צו דער זעלבעד צײט שגואל הירשענבערגס ײם־טוב. אבער ניט אזײ דארף דאס װערן געפײערט. ניט מיט א רעטראספעקטױוע אױסשטעלונג פון א שטאמלער. דאס װאלט געדארםט זײן א פולזײטיקע אײס שטעלונג פון די אפמײנםטן כאראקטע־ ריסטישע װערק, װאס עס זענען געשאפן געװארן פון ײדן אין פוילן אין די לעצטע 50 יאר. ביז איצט האט מען אונז דאס :אך נישט געװיזן. און אז עס איז איצט די צײט דערפאר, דאס איז מער װי זי־ כער, װײל מיר זענען איצט שוין איבער די שװעל פונם גײסטיקן איבערברוך. דאס אמאליקע האט זיך שוין קריסטאליזירט. ײ עפי׳ גאנען האבן זיך הילפלאז אפגעשטעלט און האבן שוין נישט קײן בח פאר װײטערן שאסן און חזרן איבער דאס אמןזליקע װאם א מאל פיט א שװאכערע אינעדציע. אויף אזוי װײט, אז עס װערט שוין װאש אשאל װײניקער אינטערעסאנט. עס איז צײט צו מאכן א בללאנם. אבער נישט אזעלכן, װי עם מאכט איצט טרעמבאטש אין דער לאדזער שטאטישער קונםט־ גאלעריע. װאס דערצײלט אונז טרעמבאטשם רעטראספעקטױוע ױבילײ־ אויסשטעלונגז מיר דערװיםן זיך נישט נור, אז טרעמבאטש קען״שװאך מאלן• מאוריצי גאטליב און שמואל דירשענבערג האבן איבערגע. לאזט נאך זיך א גענוג־גרויכע פלעיאדע עפיגאנען אין דער ײדי־ שער קונסט. זײ זענען גוט באקאנט — די פיליכאװםקיס, מינקאװסקיס׳ װײנלעזם, װאכטעלס, טרעמבאטשס... די ײדישע גאס קען זײער גוט די צאלרײכע צװײגן, אבער װײס זײער װײניק װעגן דעם שורש און שטאם — צו קורץ האבן געלעבט צװישן אונז אט די צװײ ראמאנטיקער—גאטליב און הירשענבערג. קורץ איז געװען זײער לעבן, נרויס און שטארק אבער זײער װירקונג. איצט װען מ או רי צי טרעמ״ ב א ט ש פײערט זײן סל־יעריקן ױבילײ, קען םען דרײסט זאגן, אז דאס איז א פײערונג פון א האלבן יארהונדערט ספעציפיש׳ײדישע ראמאנטיק אין דער פויליש־ײדישער מאלערײ. אנגעהויבן האט עם זיך נאך פרי- ער אינם ײדישן געטא פון דײטשלאנד מיט אזעלכע קינסטלער װי אפ,פענ הײמער און פארטגעזעצט דורך א הורװיטש, קרעססין, ראטעגשטײן, אדלער און נאך א גאנצע רײ םער אדער װײניק װיכטיקע קינסטלער אין אײראפע. דער ײדישער זשאנר האט אויך איבערגעװאנדערט פיט די עמיגראנטן קײן אמעריקע. נישט אײן ײדישער קינססלער פון דער נײער װעלט פאלט נאך ביז הײנטיקן טאג זײנע סענטימענטאל׳ ראמאנטישע ערינערונגען פון דער אלטער הײם, פון װעלכע דעס קינסטלער איז שװער זיך צו באסרײען. דארף מען זיך טאקי נישט װונדערן, .אז אויף דער רעטראי ספעקטיװע אויסשטעלונג םון מאוריצי טרעמבאםשס 50׳יע. דיקע םאלערישע טעטיקײט (אין לןזדזער קונסט-גאלעריע) באגעג־ נען מיר זיך מיט אן אפקלאנג פון א שטיק ײדישער קונסט־גע־ שיכטע. אמת, בלויז א פראגמענט פון א זײער אינטערעסאנטן קא־ מאוריצי טרעמבאטש