Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1939-04-01 · 6-4 (אפריל-יוני) · p. Seite 973

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
3 (1939)
Issue
6-4 (אפריל-יוני)
Date
1939-04-01
Page
Seite 973 (sequence 68)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
74% known words query
IRI
…/3771019-7564094-7565872--0984-3771996
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ישעיה לי&אװםקי/ װארשע דער יידישער האבדל אין צפון־במרח־פױלן אײדער מיר טרעטן צו צום אנאליז פון טאבעליזירטן ציפער־מאטעריאל, איז נײטיק צו מאכן עטלעכע מעטאדאלאגישע באמערקונגען װעגן די ביזאהעריקע פרװון אויםצופארשן די סטרוקטור פון יידישן און ניט־יידישן האנדל. דער סחורות־האנדל אין פוילן איז בכלל זײער װײניק אויםגעפארשט. די אפיציעלע סטאטיםטיק §ון האנדל, בפרט דעם ײדישן, איז אםך װײניקער דיפערענצירט װי די סטאטיםטיק װאס איז נוגע דער אינדוסטריע און מלאבה. די פארצפנטלעכםע רעזולטאטן פון די פאלקםצײלונגען שפיגלען געװים נישט אפ דאם בילד פון דער בראנזשעם־םטרוקטור פון דער אלגעמײנער און במילא אויך פון דער יידישער האנדל-באפעלקערונג, און אין דעד סטאטיםטיק פון די אויםגעקויפטע פאטענטן האט ביז גאר דער לעצטער צײט אין גאנצן געפעלט די קאנפעםיאנעלע רובריק. די פרװון אויף א גענויערן אופן צו באארבעטן די פאראנענע אפיציעלע מאטעריאלן װעגן האנדל אדער צו שאפן אזעלכע מאטעריאלן מיט דער הילף פון םפעציעלע אגקעטעס האבן נאר טײלװייז געקאנט אויםפילן די אויבן אנגעװיזענע בלײזן פון דער אפיציעלער סטאטיסטיק. הגם די פארעפנטלעכטע רעזולטאטן §ון די דאזיקע פרװון האבן אין פלל געגעבן א צי3ערבילד 8ון יידישן און ניט׳ײדישן האנדל, װאס איז ניט װײט פון דער װירקלעכקײט, מוז מען דאך זאגן, אז דער מאטעריאל, װאס זײ האבן געלױוערט/ איז ם׳רוב אדער צו װײניק צעגלידערט טעריטאריעל און קװאליטאטיװ (לויט בראנזשעם), אדער נישט פולשטענדיק אײנזײטיק און נישט גענוג רעפרעזענ־ טאטיװ פארן גאנצן לאנד אדער פאר געװיםע װאיעװאדשאפטן און בראנזשעם. דאס איז אג5 נישט קײן חידוש, װען מען נעמט אין אכט די אין לשער גרויםע שװעריקײטן בײ אזעלכע אנקעטע־פארשונגען. אבער באמת װײניק פארלאזלעך זײנען די םטאטיסטישע מאטעריאלן, אויף װעלכע עס קומט אויס צו בויען אויספירן װעגן דער דינאמיק און די אנטװיקלונג־טענדענצן פון יידישן און ניט־יידישן האנדל. צוליבן אויספעל פון א גלײכצײטיקער לויפיקער ךעגיםטראציע פאר יידישע און ניט׳יידישע האנדל־אונטערנעמונגען טוט מען בײם פארגלײכן צװישן זיך פארשײדענע צײטמאמענטן ם׳רוב אפערירן מיט װײט ניט זיכערע אדער אין בעםטן פאל שװער פארגלײכלעכע גרײסן. דאם 210

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.