Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1939-01-01 · 3-1 (יאנואר-מארץ) · p. Seite 825

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
3 (1939)
Issue
3-1 (יאנואר-מארץ)
Date
1939-01-01
Page
Seite 825 (sequence 72)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
69% known words query
IRI
…/3771019-7564094-7565871--0835-3771848
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

מ. קלײנער 70 די ענגלישע גװיאנע איז די אײנציקע בריטישע קאלאניע אויף דעם דרום׳אמעריקאנישן קאנטינענט. אירע גרענעצן זײנען: אין צפון — דער אטלאנטישער אקעאן, אין דרום און אין מער5־דרום - בראזיל, אין מזרח — די האלענדישע גװיאנע, װעלכע איז אויך באקאנט אונטערן נאמען סורינאם, און אין מער5 — די רעפובליק װענעזועלע. דער שטח 8ון דער ענגלישער גװיאנע באטרעפט אן ערך 90 טויזנט קװאדראטמײל, און בלויז 198 קװאדראט מײל פון זײ, די װאס ליגן בײ דעם ברעג §ון דצם אטלאנטישן אקעאן און בײ דעם אויםגוס 8ון די טײכן, זײנען באזעצט און קולטױוירט. 4178 קװאדראט־ מײל זײנען רעזערװירט אונטער באשטימטע קאנטראקטן און דער איבעריקער טײל געהער צו דער ענגלישער קרוין. דער קלימאט 5ון דער עגגלישער גװיאנע איז א טראפישער, אבער רעלאטױו א געזונטער. דאס ברעגלאנד מאכט דורך צװײ נאםע און צװײ טרוקענע סעזאנען א יאר. דער גרויםער רצגן־סעזאן הײבט זיך אן אין אפריל און געדויערט ביז אויגוםט. נאך אים קומט א טרוקענער סעזאן, װעלכער ציט זיך ביז דער מיט נאװעמבער. צװישן נאװעמבער און יאנואר הערשט א צװײטער רעגנדיקער סעזאן און נאך אים קומט א קורצער טרוקענער סעזאן, װצלכער 5ארענדיקט זיך אין אפריל. די סעזאנען אין דעם אינעװײניקסטן טײל פון דער קאלאניע, װאם איז צום גרעםטן טײל באדעקט מיט טראפישן װאלד, זיינען נישט אזעלכע בולטע און באשטימטע. בכלל מעג מען זאגן, אז די חדשים, װען עם רעגנט דארט צום שטארקסטן זײנען מײ, יוני און יולי, און די טריקנסטע חדשים זײנען סעפטעמבער, אקטאבער און נאװעמבער. עם זײנען אויך פאראן פעריאדן 5ון קורצע, אבער גאנץ א5טע רעגנס אין יאנואר און פעברואר. אויב עם איז שװער אונטצרצושײדן באשטימטע און אפגעטײלטע םעזאנען אין די אינעװײגיקסטע װאלדראיאנען פון דער קאלאניע, קאן מען דאם זעלבע נישט זאגן װעגן די םאװאנעס, װעלכע שטעלן 5אר גרויםע י אינדזלען, אדער אאזיםן, װאם רײםן איבער די מאנאטאנישקײט §ון דעם טראפישן װאלד. אין די סאװאנעס הערשן גאנץ באשטימטע נאםע און טרוקענע םעזאנען. די ענגלישע גװיאנע פארמאגט א גרויסע נעץ פון מעטעאראלאגישע סטאציעס <בײ 80 אין צאל> אין פארשײדענע פונקטן פון לאנד און לויט די ידיעות, װאם זײ האבן.געזאמלט אין משך פון די לעצטע דרײםיק יאר, האט דער דורכשניטלעכער רעגנפאל יערלעך באטראפן 1820 מילימעטער אויף דעם ברעג לאנד, 1900 מילימעטער אין די ראיאנען, װאס געפינען 15 מײל װײט פון דעם ברעג, ססס2 מילימעטער אין די טיפערע אינעװײניקסטע געגנטן און 1220 מילימעטער אין די סאװאנעס, װאס געפינען זיך נישט װײט פון דעם בראזיליאנישן גרענעץ. די טעמפעראטור אין דער ענגלישער גװיאנע איז פמעט די זעלביקע דאס גאנצע יאר. מער אדער װײניקער בולטע אונטערשײדן און װאקלענישן

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.