Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 2-1 (יאנואר-פעברואר 1938)
- Date
- 1938-01-01
- Page
- [Seite] (sequence 54)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 85% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564112--0382-3771729- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
♦. )לצשטעיצםקי £ אין װארשע זײנען בכן אין בײדע קאטעגאריעס אונטערנעמונגען מער יוגנטלעכע װי אין לאדזש. װיכטיק איז אבער דא פאר אונדז, װאס אין דער קלײן־אינדוסטריע איז דער פראצענט יוגנטלעכע העכער צװײ מאל גרצסער װי אין דער גרױס־אינדוםטריע. §ון הונדערט ײדישע ארבעטער זײנען אבער פארנומען: אין דצר גרויס־אינדוםטריע - אין װארשע 2,5% און אין לאדזש- 4,6%, בכן אין לאדזש כמעט צװײ מאל מעו*$ אין דער קלײן־אינדוםטריע און האנטװערק: אין װארשע-82,8% און אין לאדזש 71,3%, בכן װײניקער מיט 11,5 פונקטן אדער מיט 14,0%. קלאר, אז אין לאדזש איז די יידישע ארבעטער־גרופע ענלצכער צו דער ניט־יידישער װי אין װארשע. מיר װעלן שפעטער זען, אז אויך אין לאדזש איז דא א גאנץ גרויםער מהלך צװישן יידישן און ניט־ײדישן ארבעטצר, אבער ניט אזא גרויסער װי אין װארשצ. דער אויספיר באקומט זיך אזא: אין װארשע, וװ די יידישע ארבעטער־גרופע איז געװאלדיק װײט אין איר עלטערבוי §ון דער ניט־ײדישער גרופע, רײםט זי זיך ארויס 3ון אלגעמײנעם יידישן פראנט און גיט װײניקער פאסיװע עלעמענטן װי בײ ניט־ײדן. דער עלטער־ההום צװישן יידן און ניט־יידן אין דער ארבעטער־גרופע איז דא צו טיף, אז אלע איבעריקע ״נאציאגאלע״ מאמענטן, װעלכע ברענגען צו א גרעסערער צאל פאםױוע בײ יידן, זאלן אים אריבערװעגן. אין לאדזש אבער איז שוין דער מהום צװישן יידן און ניט-יידן װײניקער טיף און סױוירקן זיך דא אוים יענע אלע ״נאציאנאלע״ פאקטארן, װעלכע טײלן אוים די יידישע גרופע און מאכן בײ איר העכער דצם פראצענט פאסױוע װי בײ גיט־יידן. מיר װעלן װײטער אפגעבן א גאנץ קאפיטל דצר ראלצ םון דער §רוי אין יידישן עקאנאמישן לעבן §ון װארשע און לאדזש און װעלן דארטן זיך אויך אפשטעלן אויפן וװקס פון דעם אנטײל פון דער פרוי צװישן די עקאנאמישע אקטיװע. מיר גייצן איבער צו דער פראפעסיאנעלצר און סאציאלער גלידערונג בי_י יידן און ניס־יידן. 4 די פראפעםיאנעלע און סאציאלע גלידערונג בײ יידן און ניט־יידן אין ווארשע און לאדזש דיטאבעלעם 11־׳\און 111^(ז׳53 און54) גיבן אונדז דיפראפעסיאנעלע גלידערונג 5אר דרײ צײטפונקטן. געװים קאן מען אפפרעגן דעם פארגלניך מיט 1897, װען די צײלונג איז דורכגעפירט געװארן לויט גאנץ אנדערע מעטאדן, װי די צװײ צײלונגען פון 1921 און 1931. מיר זיינען אבער אזוי ארעם אין פארגלײך־ מאטעריאל, אז מען קאן זיך ניט דערלויבן דעם לוקםוס אין גאנצן זיך אפצוזאגן פון אויםצונוצן די רוסישע צײלונג, די אײנציקע צײלונג פארן גאנצן 19טן יארהונדערט װעגן די אמאליקע רוסישע יידן. אײן גאר װיכטיקע קארעקטור װאלט מען געװיס געמוזט ארײנטראגן. בײ ךער צײלונג פון 1897