Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1938-01-01 · 2-1 (יאנואר-פעברואר 1938) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
2 (1938)
Issue
2-1 (יאנואר-פעברואר 1938)
Date
1938-01-01
Page
[Seite] (sequence 53)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
82% known words query
IRI
…/3771019-7564092-7564112--0381-3771728
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

יױן אין װאישפ און ^וייש $1 יעדער יידישער זעלבשטענדיקער, צי ער איז באשצפטיקט אין האנדל, צי אין אינדוסטריע, צי אין א פרײער פראפעסיע — ממיד האלט ער אוים פין 172 ביז 2 מאל מער פאסױוע װי דער ניט־ייד• אז דאם דערקלערט זיך ניט מיט זײן גרעםערער רײכקייט, האבן מיר גענוג אויםוירלעך דערװיזן אין קאפיטל װעגן װארשע. ם׳װארפט זיך שטארק אין די אויגן, ו'וי די צאלן װעגן די לאדזשער פאםיװע אויף הונדערט עקאנאמיש אקטױוע זײנען ענלעך צו די זעלבע בײ װארשע. אויך בי_י די אנגעשטעלטע חזרט זיך איבער דאס בילד, װאם מיד האבן פעסט• געשטעלט בײ װארשע, חוץ גאר זעלטענע אפנײגן. די דערקלערונגען בלײבן אויך די זעלבע. אזוי זײנען געװען אין לאדוש אויף הונדערט יידישע אנגעשטעלטע בכלל 110,8 פאםיװע און בײ ניט־יידן נאר $91,7 דער מהלך צװישן יידן און ניט־יידן איז בערך דער זעלבער װי אין װארשע: בײ יידן בערך מער מיט 20 פראצענט פאםיװע. נעמען מיר דעם װירטשא§ט־אפטײל ״האנדל און פאר־ זיכערונג״, זעען מיר װידער, אז בײ די יידישע אנגעשטעלטע איז די צאל פאסיװע בערך אזוי פיל גרעםער װי בײ ניט־יידן אין װארשע• אין לאדזש איז געװען אויף הונדערט יידישע אנגעשטעלטע אין דאזיקן אפטײל 118,3 פאםיװע און בײ ניט־יידן נאר 85,4. אין װארשע זײנען די שײכותדיקע ציפער געװען: 109,5 בײ יידן און 81,2 בײ ניט־יידן. אין ערש־טן §אל איז די דיםטאנץ 40 פראצענט, אין צװײטן פאל 35. קומען מיר צו די פאםױוע בײ די ארבעטער, שטעלט זיך פאר אונדז װידער, װי בײ װארשע, א הארבע קשיא, נאר שוין א פארקערטע װי דארטן. בײ װארשע איז די צאל פאםױוע בײ יידישע ארבעטער קלענער װי בײ די ניט־יידישע ארבעטער, אבער אין לאדזש איז די לאגע בײ די יידישע ארבעטער ענלעך צו דער לאגע ביי אלע איבעריקע יידישע םאציאלע גרופעם — זײ קומט אױם אויםצוהאלטן .פאסױוע מער װי די ניט־יידישע ארבעטער. מיר האבן דעמאלט געפרװוט דערקלערן די קלענערע צאל פאסױוע בײ די יידישע ארבעטער אין װארשע דערמיט, װאס בײ זײ איז דער פראצענט יוגנטלעכע העכער װי בײ ניט־יידישע ארבעטער. מיר פארמאגן לײדער ניט קײן דירעקטע דאטעס אויף צו דערװײזן די דאזיקע טעזע, אבער אומדירעקט האבן מיר גאנץ גוטע ראױת צו אוגדער מײנונג. די פארטײלונג לויט יארן איז ניטא פאר קײן באזונדערע רעליגיעם, זי איז אבער §אראן לויט דער גרײם §ון די אונטערנעמונגען. אזוי זי_ינען געװען אין דער גרוים־אינדוםטריע (אונטערנעמונגען מיט פאטענטן 1—3 קאטעגאריע) ארבעטער יינגער פון 21 יאר: אין װארשע - 11,4% פון אלע ארבעטער י און אין לאדזש — 10,9%. אין דער קלײן־אינדוסטריע און אין האנטװערק אבער (פאטענט פון 8טער קאטעגאריע) זײנען שוין געװען ארבעטער יינגער פון 21 יאר: אין װארשע — 25,2% פון אלע ארבעטער אין דער דאזיקער קאטעגאריע און אין לאדזש — 24,9%.

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.