Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 2-1 (יאנואר-פעברואר 1938)
- Date
- 1938-01-01
- Page
- [Seite] (sequence 14)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 84% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564112--0342-3771689- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
י. ל־עשי1שינ0קי 12 האט ניט װײניק רעװאלוציאניזירט דייידישע מאסן אוןזײ פסיפיש צוגעגרײט■ 5אר דער רעװאלוציאנערער אגיטאציע 5ון דער ארבעטער־באװעגונג. מיר האבן צו דער ײדישער עמיגראציע ניט נאר מאטעריעל און פאליטיש ניט צוגעלײגט, נאר אויך קולטורעל האבן מיר געוװנען פון איר-די יידישע פרעםע און דאס ײדישע טעאטער, די צװײ שטארקסטע צװײגן §ון דער מאדערנער יןדישער קולטור, װאלטן קײן מאל ניט דערגרײכט ניט קװאנטי• טאטױו און ניט קװאליטאטיװ צו דער אגטװיקלונג־מדרגה, אויף װעלכער זײ שטײען בײ הײנטיקן טאג, װען ניט די אימיגראציע־צענטערס. געװים זײנען איצט גאנץ אנדערע צײטן, און די מעגלעכקײטן פון עמיגראציע זײנען זײער קנאפע—װאלטן די טויערן פון די אמעריקאנישע לענדער געװען כאטש אויף אהעל§ט אפן, װי §אר דער מלחמה, װאלט דאך ניט געװען קײן ארט פאר װיכוחים. אויף װיפל מען קאן איצט רעדן װעגן עמיגראציע, איז נזןר װעגן רעגולירטער און סעלעקטירטער—און דאס איז שוין גאר א שװערע פראגע, אויף װעלכער מען מוז זיך םפעציעל אפשטעלן. דאם מאל האבן מיר אבער בדעה נאר צו באהאנדלען די ארבעט אין די אלטע הײמערטער. מיר האלטן אבער, אז אויך די דאזיקע ארבעט, מעג זי זײן װי בפירוש דאיק, מוז אויך האבן אין אויג די מעגלעכקײט פון אויםװאנדערונג. באזונדערס װיכטיק איז דאס בײם אויםארבעטן אפראגראם §ון הילף §אר דער יידישער ױגנט, װעלכע רײסט זיך §ארט דורך דורך אלע צוימען און שלעסער און װעלכע מוז זײן באװאפנט ניט נאר §אר א קאמף §אר א פלאץ אין לעבן דא, נאר אויך דארטן. די יידישע ױגנט—דאם איז אײגנטלעך די שװערסטע און װיכטיקםטע פראבלעם §ון יידישן לעבן. מיר װעלן דעריבער אונדזער פראקטישן טײל §ון קאגםטרוקטיװן פלאן אנהײבן מיט דער ױגנט. 6 לאמיר צו ערשט פוױװן מאכן א שטיקל חשבון װעגן דער צאל ױגנט, §אר װעלכער מען דארף זארגן. לויט דער צײלונג פון 1931 זײנען געװען אין פוילן ױנגע מענטשן אין עלטער פון 15 ביז 24—357121 6. דאס האט אויסגעמאכט 19,9 פראצענט. בײ יידן איז דער פראצענט ױגנטלעכע אין די נאר װאם גענומענע יארן א ביסל העכער, מחמת בײ יידן איז די שטארביקײט §ון קינדער קלענער. מיר האבן אויך קלארע באװײזן פון דער לעצטער צײלונג: אזוי זײנען געװען אין װארשע יונגע לײט §ון 15 ביז 24 יאר-בײ יידן 21,4 פראצ׳ און בײ ניט־ יידן נאר 20,2. אין לאדזש האבן די שײכותדיקע צי§ערן באטרא§ן: 21,1 און ס,19. מיר האבן נאך ניט לײדער די רעזולטאטן §ון דער צײלונג פאר גאנץ פוילן. מיר װעלן אבער בלמי ס§ק זײן גאר נאענט צום אמת, װען מיר װעלן אננעמען, אז די ױגנטלעכע אין עלטער §ון 15 ביז 24 יאר האבן אין 1931