Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 2-1 (יאנואר-פעברואר 1938)
- Date
- 1938-01-01
- Page
- [Seite] (sequence 5)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 74% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564112--0333-3771680- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
3 װפגן $< קןןנסטרוקטיװן פלאן םון הי5ף פ*ר די פוילישע ייזץ * באגלייך מיט אלע אסגעשטאגענע לענדער, פון א ו י ם § ע ל פון באדער5ענישן. ם׳איז ניט גענוג, ס׳זאלן אין דער װעלט פראדוצירט װערן למשל עלעקטרישע לעמפלעך, און עם זאלן זײן אין דער װעלט מעבטשן, װאם װאלטן געקאנט זיך פארגינען צו זיצן בײ עלעקטרע און דאך האלטן זײ זיך נאך ביי נא8ט■ לעמפלעך, פדי זײ זאלן איבערגײן צו מאדערנער באלײכטונג—מען דארף נאך האבן, חוץ דער מעגלעכקײט, אויך דעם אפעטיט דערצו. און דאם איז גאר ניט קײן קלײנע עובדה—מאכן דעם מאטעריעל פארמעגלעכן פאר א קונה און אפנעמער פון ארטיקלען, צו װעלכע ער איז טראדיציאנעל ניט געװײנט. נאך שװערער און קאמפליצירטער איז די צװײטע אױפגאבע—ארױסרײסן בײ די הויך אנטװיקלטע לענדער א שטיקל מארק: קאנקורירן מיט ענגלישע קאלדרעם אויפן כינעזישן מארק$ מיט דײטשע פארטיקע קלײדער אויף דעם ענגלישן מארק; מיט דײטשע און טשעכאםלאװאקישע הענטשקעם אויפן אמעריקאנישן מארק; מיט דײטשע און ענגלישע טעקםטיל-םחורות אויף פארשײדענע מערק; מיט בעקאן און פלײש■ און פיש׳קאנסערװן מיט אזא הויך קװאליפיצירטן און אײנגעפונדעװעטן קאנקורענט װי דענעמארק. און אויב פוילן האט עפעם דערגרײכט אויף די אלע נאר װאם אויםגערעכנטע געביטן, האט זי עם צו פארדאנקען, אויב ניט אויסשליסלעך, איז אויף נײן צענטל דער יידישער ענערגיע, דער יידישער רירעװדיקײט, דער ײדישער אומ■ באשרײבלעכער אויסגעפינערישקײט הן אין פרט פון װאלװל פראדוצירן און הן אין פרט 8ון אנשפארן פערזענלעך אין די פארװאר§נםטע אפנעם-' װינקעלעך. י די געשיכטע 5ון דער ביאליסטאקער טעקםטיל-אינדוםטריע, װאם איז פאר דער מלחמה געלעגן אויף העכער א העל8ט—לויט דער פראדוקציע—אין דייטשע הענט און איז אויף אלע הונדערט פראצענט אריבער אין יידישע הענט און געבליבן עד היום אין יידישע הענט, איז א בלעטל געשיכטע פון פלאי-פלאים װעגן דעם, װי גרויםע און רײכע דײטשע פאבריקאנטן האבן זיך ניט געקאנט צופאםן צו די קאפיטאל■ און אפזאץ ־ באדינגונגען װאם האבן זיך געשא8ן נאך דער מלחמה און װי די א םך ארעמערע יידישע 8אבריקאנטן האבן אין 8ארארעמטן און אויםגעלײדיקטן ביאליסטאק דאך געשא8ן די נײטיקע קאפיטאלן אויף צו לאזן אין גאנג די פאבריקן און װי זײ האבן אוי8ן ארט 8ון ארויםגע8אלענעם רוםישן מארק געשאפן, אדער ריכטיקער: מיט געװאלד ארויםגעריםן ממש 8ון צװישן די צײן 8ון אלטע און מעכטיקע קאנקורענטן, אפזאצפלעצער 8אר זײערע סחורות. אויםגעפינערישקײט, קאמבי■ נירערישקײט, אוממידיקײט זײנען דא געגאנגען געפארט מיט הונדערט• פראצענטיקער ריזיקאלישקײט און אײנשטעלערישקײט—און זײ האבן דאם געשא8ן. און אויב עד היום האט זיך נאך אלץ ניט גע8ונען קײן בלען קײן פאליאק אדער דײטש, װאס זאל גרינדן א טעקסטיל-פאבריק אין דעם 3ון יידן ״8ארמאנאפאליזירטן״ ביאליסטאק, איז דאם געװים ניט דער8אר, מחמת יידן