Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1938-03-01 · 4-3 (מערץ-אפריל 1938) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
2 (1938)
Issue
4-3 (מערץ-אפריל 1938)
Date
1938-03-01
Page
[Seite] (sequence 79)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
78% known words query
IRI
…/3771019-7564092-7564111--0508-3771646
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

173 יידן אין װארשע אזן לןןדזש דאס איז אבער װיכטיק פעםטצושטעלן. אמת, מיר פארמאגן גאר װײניק פארגלײך־ציפער אין פרט פון טיפערער םאציאלער דיפערענציאציע. אבער אויך די פארטײלונג איבער וױרטשא5טס־אפטײלן און איבער װיר• טשאפט־צװגיגן גיט שוין ידיעות ניט נאר װעגן דער פראפעסיאנעלער גלידערונג, נאר אומדירעקט אויך װעגן דעם ארײנדרינגען פון יידן אין גרעסערע אונטערנעמונגען. אין דעם זעלבן נומער 5ון אונדזער זשורנאל דרוקן מיר אן ארבעט איבער דער אנטװיקלונג אין דעם פרט אין די לעצטע 5 יאר; די דאזיקע ארבעט באשטעטיקט דעם אלגעמײנעם אײנדרוק, אז ניט נאר דרינגען יידן ארײן אין נידעריקערע ארבעטצװײגן, שװארצער ארבעט, שװערער ארבעט, שטוביקן דינסט, נאר זײ האבן אויך דורכגעבראכן די װאנט אין דער גרויס־אינדוסטריע, און דאס באטײט אויך אין דער שװער־אינדוסטריע. װי װייט דער דאזיקער דערװײל שמאלער שפאלט װעט זיך לאזן 5ארברײטערן און פארטי5ן,^איז אפהענגיק §ון אזוי פיל פאקטארן, אז ם׳איז שװעד עפעם פארויםצוזאגן אין דעם דאזיקן פרט. לאמיר אבער דא דערװײל ברענגען די מאטעריאלן פאר 1921 און 1931 . װעגן דער פארטײלונג פון די ײדישע פראלעטאריעד איבער פארשײדענע אינדוםטריע־צװײגן, װײל די אינדוםטריע איז דאך אי דער גרעםטער, אי דער װיכטיקםטער אפנעמער §ון פראלעטארישע קרע§טן. די דאזיקע מאטעריאלן שפיגלען אין זיך אפ די דערמאנטע טענדענץ צו א ברײטערער דיפערענציאציע 2ון ײדישן פראלעטאריאט, אבער אויך די פאמעלעכדיקײט און שװאכקײט םון דער דאזיקער טענדענץ ביז 1931. טאב׳ גיט אונדז די פארטײלונג §ון יידישע און גיט׳יידישע אנגעשטעלטע איבער אײנצלנע אינדוסטריע־צװײגן אין װארשע אין 1921 און אין 1931. די ערשטע צװײ צװײגן זײנען טיפיש גרוים־אינדוםטריעלע-מעטאל און כעמיע. אין יאר 1921 זײנען געװען אין די צװײ צװניגן 29,6% פון אלע יידישע אינדוסטריע־אנגעשטעלטע און אין 1931 35,9%. דאם איז א באדײטי• קער רוק. אין לעדער און באקלײד זײנען געװען אין 1921 - 12,4% פון אלע יידישע אנגעשטעלטע און אין 1931 — 12,1%. בכן אין די צװײ טיפיש קלײן־אינדוםטריעלע צװײגן א §ארקלענערונג. אין 1921 האבן די יידישע אנגעשטעלטע אויםגעמאכט %ס,14 פון אלע אנגעשטעלטע אין די ערשטע צװײ טיפישע גרוים־אינדוםטריעלע צװײגן און אין 1931 — 15,4%. די װאג 8ון יידישן אנגעשטעלטן אין דער דאזיקער מאםע איז א ביםל געװאקסן. נאך שטארקער איז די װאג §ון יידישן אנגעשטעלטן געװאקםן אין די צװײ לעצטע אינדוםטריע־צװײגן — פין 28,3% אויף 54,6. דאס דערקלערט זיך געװים מיט דעם, װאם אין די צװײ טיפיש קלײן־אינדוםטריעלע צװײגן זײנען צוגעקומען עטלעכע . גרעםערע און מיטעלע אונטערנעמונגען, אין װעלכע ס׳זיינען טאקע צוגעקומען יידישע אנגעשטעלטע. לײדער פארמאגן מיר ניט

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.