Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1938-03-01 · 4-3 (מערץ-אפריל 1938) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
2 (1938)
Issue
4-3 (מערץ-אפריל 1938)
Date
1938-03-01
Page
[Seite] (sequence 78)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
78% known words query
IRI
…/3771019-7564092-7564111--0507-3771645
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

י.?עשטשמסקי 172 טאבעלע, װארפט זיך גרינג אין די אויגן/ אז די ײדישע ארבעטער מאכן אוים אגאנץ הויכן פראצענט אין די צװײגן, װאם טראגן א האנטװערקערישן אדער קלײן-אינדוםטריעלן כאראקטער און א נישטיקן פראצענט אין די צװײגן, אין װעלכע די גרויםע פאבריק איז שטארק אנטװיקלט. אין דער לעדער- טעקםטיל- און באקלײד-אינדוסטריע אין װארשע מאכן די יידישע ארבעטער אויס העכער א העלפט, אבער אין דער מעטאל-אינדוםטריע װײניקער 5ון א צענטל. נעמט מען די זעלבע לעדער-, טעקםטיל- און באקלײד-אינדוסטריע און מען קוקט ארײן א ביםל טיפער, דערזעט מען אט װאם: אין דער לעדער- איגדוסטריע - אין דער מיטעלצר-16,4%, אבער אין דער קלײן-אינדוםטריע- 76,5% •, אין דער טעקסטיל-אינדוםטריע אין װארשע - אין דער קלײנער — 74,8%, אבער אין דער גרויסער נאר-5%,ס, אין דער באקלײד-אינדוסטריע אין דער קאפעלוש-מאכערײ — 71,9% און־אין דער שוסטערײ, וװ ם׳זײנען פאראן מעכאנישע פאבריקן, נאר 43,5%. און װאלטן מיר געהאט באזונדערע דאטעם פאר די שוםטערם פון די מעכאנישע פאבריקן, װאלטן מיר געװיס באקומען, אז אין די פאבריקן איז דער פראצענט יידן א םך קלענער. די טאבעלעם און זײנען אזוי גרינג און קלאר צומ לײענען, אז מיר האלטן פאר איבעריק מער אפצושטעלן זיך אויף זײער אנזןליז. ״אין רע בלא טוב״ — אין יעדער נעגאטױוער דערשײנונג איז פןןראן אויך עפעס גוטם. װאלטן די יידישע פראלעטאריער געװען צעװארפן איבער אלע װירטשאפט-אפטײלן און צװײגן, װאלטן זײ בטל בששים געװארן, װאלטן זײ אין נאציאנאל-קולטורעלן זינען צעברעקלט און צעשטויבט געװארן. איצט בילדן זײ אין דער אינדוםטריע, א דאנק דעם װאם זײ זײנען דער עיקר קאנצענטרירט און צונוי5גענומען אין געװיםע אפטײלן און אין געװיסע צװײגן און אין געװיםע פאכן, א מאסיװ, װאס איז אין קולטורעלן זינען א גוטע באזע פאר פראדוקטױוער ארבעט, װאם איז אבער אויך אין עקאנאמישן זינען א בעסערע באזע §אר זעלבסטשוץ, װי א צעשטויבטע און צעברעקלטע מאסע. די דאזיקע איזאלירטקײט און אפגעזונדערטקײט פון דער ארומיקער געדיכטער פרא- לעטארישער מאסע איז געװים מער חיםרון װי מעלה, אבער די אויפגאבע באשטײט ניט אין אויםבאהאלטן און פארלײקענען דעם דאזיקן חיסרון, נאר אין אויםזייגן פון אים דעם מאקםימום פונעם ,.טו5״. וװהין גײט די אנטװיקלונג? מיר האבן שוין העכער אנגעװיזן, אז בדרך פלל מעג מען רעדן װעגן א טענדענץ, פרןער זײער א לאנגזאמער, א קוים, קוים באמערקלעכער, צו א ברײטערער די§ערענציאציע פון יידישן פראלעטאר• יאט הן אין פרזגפעםיאנעלן זינען אין פרט פון פארשפרײטן זיך איבער א גרעסערער צ$ל פראפעםיעס און 5אכן, און הן אין סאציאלן זינען, אין פרט פון צעשפרײטן זיך גלײכמעסיקער איבער אלע פראלעטארישע גרופעס. אין די דאטעם פון 1931 קומט דער דאזיקער פראצעס זײער שװאך צום אויסדרוק.

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.