Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1938-03-01 · 4-3 (מערץ-אפריל 1938) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
2 (1938)
Issue
4-3 (מערץ-אפריל 1938)
Date
1938-03-01
Page
[Seite] (sequence 64)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
76% known words query
IRI
…/3771019-7564092-7564111--0493-3771631
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

־.?עשטשלבםקי 158 דאם? אױך מיט דעם, װאס צװישן די הורטגעשעפטן זיינען געװיס פןגראן מלוכישע אדער קאמונאלע געשעפטן. דער דאזיקער §אקט — די קלענערע ארבעטלאזיקײט אין מלוכישע און קאמונאלע אונטערנעמונגען — האט א קאלאסאלע װיכטיקײט, און מיר װעלן זיך צו דער דאזיקער פראגע נאך אומקערן. די נאר װאס באהאנדלטע פראגעם באקומען זײער ביולטםטע באלײכטונג אין דער לעצטער רובריק פון טאב׳ 111^^, וװ עם װערט געגעבן, $זױ צו זאגן, די װאג פון דער ארבעטלאזיקײט-מפה בײ יידן און ניט־יידן. §ון הונדערט באשעפטיקטע אין געלטהאנדל זיינען געװען ארבעטלאז: בײ יידן— אין װארשע 22,8 און אין לאדזש—22,1, און בײ ניט־ײדן נאר 8,3, פמעט דרײ מאל װײניקער, און 15,1, פמעט 172 מאל װײניקער. דאם זעלבע זעען מיר אינעם הורטהאנדל: בי_י יידן איז די ארבעטלאזיקײט אין װארשע דרײ מאל גרעסער און אין לאדזש ^/1! מאל גרעםער. און ם׳איז גאר קײן םפק ניט, אז דער חילוק צװישן װארשע און לאדזש נעמט זיך פון דעם, װאם אין װארשצ זײנען פאראן א םך מער מלוכישע אונטערנעמונגען, װי אין לאדזש. װאס נאענטער מיר קומען צו יענעם האנדלצװײג, וװ די מלוכה שפילט ניט קײן ראלע, אלץ מער גלײכן זיך אוים די באדינגונגען, אלץ מער װירקן זיך שױן אוים די נארמאלע פאקטארן. אבער אויך אין לאחרים־האנדל איז בײ יידן די ארבעטלאזיקײט העכער װי בײ ניט־יידן: אין לאדזש גאר מיט א קלײניקײט, מיט אזעלכע 20 פראצענט, און אין װארשע גאנצע אנדערהאלבן מאל גרעםער. װי באלד מיר האבן פעםטגעשטעלט, אז אין די מלוכהשע אונטער־ נעמונגען איז די ארבעטלאזיקײט קלענער װי אין די פריװאטע אונטערנעמונגען, האבן מיר דערמיט געוװנען א מאסשטאב פאר דער ײדישער ארבעטלאזיקייט, ניט אפהענגיק פון דער צײלונג פון 1931. א דצטאליזירטן אנאליז פון דער ארבעטלאזיקײט אין איינצלנע אינדוסטריע־צװײגן װאלט אונדז געװיזן, װיפל בלאטערלעך ם׳זיצען אויפן רוקן פון דעם יידישן פראלעטאריאט, װעלכער האט ניט קײן צוטריט צן קײן מלוכישע אונטערנעמונגצן, װעלכער איז װײניקער קאנצענטרירט א§ילו אין די פריװאטע אונטערנעמונגען, װעלכער איז פארנומען מער אין יענע צװייגן, װצלכע זײנען לויט זײער נאטור פארמשפט לענגער צו בלײבן די נעםטן 5ון שװיץ־םיםטעם און אוממענטשלעכער עקספלואטאציע, וװ ם׳זיינען טאקע פאראן גוטע באדינגונגען פאר אפטע שטרײקן, װעלכע בלײבן אבער זןן רעזולטאטן. לײדער דערלויבט אונדז ניט דער פלאץ צו געבן א פולן אנאליז פון אלע אינדוםטריע־צװײגן און מיר װעלן זיך באגרענעצן מיט צװײ טיפישע צװײגן-אײן צװייג א טיפישער פאר די יידישע לויננעמערם און איינער א טיפישער פאר די ניט־ײדישצ לויננעמערם״

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.