Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1938-05-01 · 6-5 (מיי-יוני 1938) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
2 (1938)
Issue
6-5 (מיי-יוני 1938)
Date
1938-05-01
Page
[Seite] (sequence 17)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
77% known words query
IRI
…/3771019-7564092-7564110--0555-3771480
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

יידישע 45רבעט אין יידישע אייבדוםמריע״אוגטעלנעמובגע^ 513 די מערוזײט יידישע ארבעטער פון דער באשפײז־אינדוםטריע זײנען באשע8טיקט אין קלײנע בעקערײען, אין פאבריקלעך פון סאדע־װאםעד און לימאנאד (זײער א8ט די אײנציקע ״אינדוםטריע״־אונטערנעמונגען אין שטעטל און ממיד אין גאנצן יידיש!), װי אויך אין פאבריקן 8ון ״פלאטקי״ און שלײמגריץ אין װלאצלאװעק און םאסנאװצע. מיר װעלן פארענדיקן דעם איבערבליק איבער די באזונדערע בראנזשעס מיט דער מעטאל־אינדוםטריע. יידן האבן פארשטאנען אויסצונוצן די אלגעמײנע אויפלעבונג אין דער דאזיקער בראנזשע און אין א געוױםער מאם פארגרעםערט דא זײער אנםײל. אױך דא װי אומעטום איז די עיקר־מניעה פארן יידישן ארײנדריגגען אין דער אינדוסטריע געװען דער אויספעל פון יידישע קװאלי־ פיצירטע ארבעטער$ אין א געװיםער מאס האט דא אויך משפיע געװען די שװערע פיזישע ארבעט אין די גיםערײען. דערבײ איז זײער שװער זיך צו קװאליפיצירן װי א מעטאל־ארבעטער אויף קײםן, אדער אפילו אין האנט־ װערקער־װארשטאטן, און אלע אינדוםטריעלער, װאם זײערע מײנונגען האבן אוגדזערע קארעםפאנדענטן אונדז צוגעשיקט, חזרן איבער פה אחד, אז די קװאליפיצירונג גיט די בעסטע רעזולטאטן (טײל מאל רעזולטאטן בכלל), װעו זי קומט פאר אין פאבריק גופא. פארן יידישן ארבעטער, װעלכער קען נישט מקרי5 זײן קײן סך צײט אויף א לאנג דויערנדיקער לער, איז דאם א קענטיקע שװעריקײט. דעריבער קאנצענטרירן זיך נאך אלץ די יידישע מעטאל־ ארבעטער אין אזעלכע צװײגן פון דער מעטאל־אינדוםטריע, װאם זײנען אין אגעװיםער מאם א פארלענגערונג פון דער בעל־מלאכהשער שלאםערײ און מעכאניקערײ. מיר טרעפן אגרויםע צאל יידישע ארבעטער באשעפטיקטע אין פאבריקן פון מעטאל־ארומשלאגן צו פענצטער און טירן, פון קינדער־װעגעלעך, פלים, װיזשימאטשקעם, אאז״װ. אין עטלעכע פונקטן זײנען די יידן אין א גרויםער מאם ארײנגעדרונגען אין ראװערן־פאבריק $ אזוי למשל ארבעטן אין דער באקאנטער גראדנער ראװערן־פאבריק נאר יידן - און די פאבריק באשעפ־ טיקט קארגע ססג ארבעטער. אין טשענסטאכאװ באשעפטיקן די 2 פאבריקן פון ראװערן־טײלן 60 יידישע ארבעטער אויף דער אלגעמײנער צאל 102. א טיפישער צװײג פון דער קלײן־מעטאל־אינדוםטריע איז די ספינקעם־פאברי־ קאציע אין טשענסטאכאװ — דא ארבעטן העכער סס1 יידן, װעלכע באטרעפן א העלפט פון אלע אין דעם צװײג באשעפטיקטע ארבעטער. נאר אין 2 בראנזשעם איז דעער יידישער אנטײל געפאלן, און דאס זײנען דװקא בראנזשעס, אין װעלכע דער פראצענט יידישע ארבעטער איז פון תמיד אן א הויכער: לעדער און באקלײד. אין פלוג איז עם א חידוש, װאם דװקא אין די בראנזשעס, וװ יידן זײנען פון לאנג שוין שטארקער פארטרעטן, איז דער צושטראם פון יידישע ארבעטער שװאכער פונעם ניט־יידישן. איז דאך לײכטער די אחיזה אין א פאבריק, וװ יידישע ארבעט האט שוין הינטער זיך טראדיציע אין די אויגן פונעם בעל־הבית, און איז אויך נישט קײן נײע

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.