Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 6-8 (אקטאבעקר-דעצעמבער)
- Date
- 1937-10-01
- Page
- [Seite] (sequence 39)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 70% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564099--0269-3771287- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
די קילים־אינדוםטריע אין קןסעװ 247 און דעמאלט ריזיקירט דער פאבריקאנט מיט א טײל ראטעס. פון דער צו־ױיטער זײט איז דער װאיאזשאר גופא, אויב ער איז נאר גענוג אונטערנעמעריש און מיט איניציאטױו, נישט צופרידן מיט דער §עסטער קזכירות, װאס גיט אים קנאפע מעגלעכקײטן פון םאציאלן אויפשטײג. דעריבער איז היינט א םך מער 5ארשפרײט דער צװײטער װאריאנט—דער װאיאזשאר קויפט בײם פאבריקאנט קילימעס; באצאלט ער מיט מזומן, דיקטירט ער דעמאלט דעם פרײז; תאט ער נישט דעם געהעריקן קאפיטאל, צאלט ער דעמאלט מיט װעקםלען $דער מיט באנעס פון די קליענטן. בײ דעם געשעפט רעכנט דער פאבריקאנט דעם װאיאזשאר 15 — 16 גל פארן קוו׳-מ און פארדינט אזוי ארום נאמינעל הונדערט פראצענט פון די אײגענע פראדוציר־קאםטן. דער װאיאזשאר פארקויפט קװ׳י״מ 8אר 22 — 25 גל און אויך ביליקער, װען ער באקומט במזומנים. אויב דער װאיאזשאר האט למשל גענומען בײם פאבריקאנט 1000 קוױ-מ קילימעם, דארף ער אים באצאלן בערך 15 ביז 16 טויזנט גל אין באגעם; פארקויפנדיק די קילימעם די קליעגטן באקומט ער 22 — 25 טויזנט גל אין באנעס אדער טײלװײז אין באנעמ, - ער שיקט דעריבער אפ דעם פאבריקאנט באנעס אויף 15 טויזנט גל און אים בלײבן באנעס 5אר 7 - 10 טויזנט גל, װעלכע בילדן זײן פארדינסט. אז ם׳טרעפן דא פאלשקײטן, איז קלאר: דער װאיאזש^ר שיקט דעם §אבריקאנט די ערגערע, אלײן נעמט ער צו די בעםערע באנעס. דאם איז דער װעג, אויף װעלכן ס׳שאפן זיך פארמעגנם, דער װעג §ון הינטערגעסל צו אן אײגענער פק״א-קאנטע. יעדן ערשטן באקומען די §אבריקאנטן און װאיאזשארן די פק״א-אפשניטן, װאס ברענגען ארײן די ראטעם, און די ערשטע 5 טעג §ון חודש זײנען א ױ״ט אין שטעטל. אבער די לאנגטערמיניקע ראטעם דערפירן נישט זעלטן צו דעם, אז נישט אײן §אבריקאנט פאר§עלט דער אטעם; דארף ער דאך צו דער װײטערדיקער פראדוקציע האבן מער קאפיטאל, װי דער װזזם פליסט ארײן פון די ראטעס, און דא שטײען מיר בײ די װארצלען פונעם באנעם-האנדל אין קאסעװ. דער געלטמארק, דער פרױואטער און דער געזעלשאפטלעכער קרעדיט, איז א טעמע פאר זיך, און די אויסזײגונג פוגעם גאנצן קרעדיט, װאם װערט געשטעלט צו דער דיספאזיציע §ון די פאבריקאנטן, דערמאנט גאר שטארק ענלעכע פראצעםן אויף א ברײטערער פלאטפארם. דא װילן מיר זיך אפשטעלן נאר אויף דעם כאראקטעריםטישםטן שטריך פון דעם פרױואטן געלטמארק, אויף די אוי§קויפער §ון באנעם. §אר פארמעגלעכע יידן האט זיך געעפגט א נײער קװאל §ון דיםקאנט-מעגלעכקײטן. װער ס׳האט עטלעכע גילדן, קויפט באנעם און שפילט װי אויף דער לאטעריע: איז דצר באן א גוטער, באקומט ער אלע ראטעס; איז ער אן ערגערער, פארדינט ער גארנישט אדער לײגט נאך צו צום עסק. דער פרײז פון א באן איז אפהענגיק פון דער סאלידקײט פון דעם קליענט—אין דורכשגיט §ארקויפן די פאבריקאנטן, װאס נײטיקן זיך