Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער)
- Date
- 1937-08-01
- Page
- [Seite] (sequence 59)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 74% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564098--0200-3771217- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
י. באביצקי 182 זאגן, אז די 50 משפחות אין זשעלוצק <פון דער אלגעמײנער צאל 60), װעלכע האבן פעלד, פארמאגן אלע בס״ה בײ 100 ד.א באדן. דער גרעםטער ערד■ אײגנטימער האט 6 הא, דער קלענסטער — 1 הא, דאס רוב — 3-2 הא. אין זשעלוצק זײנען פאראן: 2 קראמען, 2 שוסטערם, 2 שנײדערם, 2 שמידן, בכלל מאכט די קאלאניע זײער אן אומעטיקן אײנדרוק. קלײנע, נידעריקע הײזלעך פמעט אײנגעזונקען אין דער ערד; די דעכער פארװאקסן מיט מעך; פרימיטיװער שטײגער לעבן פון די אײנװוינער; די ארעמקײט קוקט ארויס פון יעדן װינקל. אין אליזארקי װוינען בײ 60 פאמיליעס. ערד האט נאר א העלפט. צוזאמען 151 הא. בקרו5 דארף דארט פארענדיקט װערן די קאמאםאציע 3ון די פעלדער. אין דער קאלאניע זײנען פאראן 1 קראם, 2 שוםטערם, 3 שנײדערס, 2 שמידן און פיל טשעסלערם און מוליארעם. די קאלאניםטן פון בײדע דערפער, װי באלד זײ האבן װײניק ערד, קאנען נישט לעבן אויסשליסלעך פון ערדארבעט. דערמיט דערקלערט זיך די גרויםע צאל דארפגײערם און בעלי-מלאכות אין בײדע קאלאניעם, װעלכע פארן ארויס זוכן פרנסה. מיט דעם אויפקום פון דער באן-סטאציע אין ראפאלאװקע איז א היפשע צאל יידישע פאמיליעם פון די קאלאגיעם אריבער• געפארן אהין, און זײ פארנעמען זיך דארט מיט האנדל, מלאכה אדג״ל. אויך פון די 2 קאלאניעם האט דער שליח פון ״הםמדרות האפרים״ צוגענומען ביי א 10 משפחות קײן ארץ־ישראל. די ערד פון די זשעלוצקער עולים איז געבליבן אין ײדישע הענט; אקעגן §ון די אליזארקער דאם רו5 אין ניט*יידישע. אין זשעלוצק איז פאראן פאר בײדע קאלאניעס א קרעדיט-קאאפעראטױו, װאם זײן מצ5 איז נישט בעםער פון די קאאפעראטױון אין די פריער באשריבענע קאלאניעם. ם׳האט דא אויך עקסיםטירט א מילך־קאאפעראטױו. ער איז אבער איצט נישט טעטיק. 6. י ע ז י א ר א ן. ליגט בײ דער באן־ליניע װילנע-לעמבערג אין דובנער פאװיאט. איז אויפגעקומען פונקט װי זשעלוצק און אליזארקי אויף רעגירונגס■ ערד. דער באדן אין דער קאלאניע איז זײער א גוטער - שװארצערד. שפעטער אבער האט א רעגירונגס־קאמיםיע צוגענומען בײ די היגע ײדן די ערד (אין יאר 1876) מיטן מאטױו, אז זײ באארבעטן זי נישט אלײן. די ערד האט באקומען דער ארטיקער פריץ. די קאלאניםטן האט מען איבערגעלאזן קלײנע גערטנער בײ דער שטוב. נאר 4 פאמיליעס װי א ױצא מן הפלל האט מען איבערגעלאזן די פעלדער, אנערקענענדיק, אז זײ ארבעטן אלײן. בײ הײנטיקן טאג װוינען אין יעזיאראן בײ 200 יידישע משפחות. א העלפט בערך פון זײ פארמאגט פעלד, צוזאמען בײ 250 הא. דער גרעסטער ערד־אײגנטימער האט 20 הא, דער קלענםטער 2^ — 1 הא, דאם רו5 צו 2—3 הא. גישט קײן וװנדער דעריבער, װאם פמעט אלע פארגעמען זיך מיט