Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער)
- Date
- 1937-08-01
- Page
- [Seite] (sequence 19)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 73% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564098--0160-3771177- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
*עק5 $עשטש*בסק* 142 פארברײטערן דעם פארזײ־שטח און אינטענסיװירן די אגראר-װירטשאפט, האבנדיק אין אויג דעם אידעאל פון אײגענער לאנדװירטשאפטלעכער פארזארגונג. אבער ראשית האט מען זיך ניט פארגעשטעלט, אז די אינדוםטריאליזירונג 8ון רוםלאגד װעט קאנען דורכגעפירט װערן מיט אזא אימפעט און אין אזא קורצער צײט, און אז זי װעט אזוי גיך ארומנעמען ניט נאר די פראדוקציע• מיטלען, נאר אויך די פארברױך־פראדוקטן/ װאם זײנען טאקע געװען די הויפט• עקספארט-ארטיקלען פון דער פוילישער אינדוסטריע. מען האט זיך אויך ניט פארגעשטעלט, אז ס׳איז נאענט דער מאמענט, װען די רעאגראריזירונג §ון דײטשלאנד װעט אװעק מיט אזא טעמפ און װעט אננעמען אזעלכע מאםשטאבן, אז זי זאל זיך שוין אויםװירקן אויפן אגראר-עקםפארט פון די שכנותדיקע לענדער. נאך װײניקער האט מען פארויסגעזען די אויטארקישע טענדענצן 5ונעם הויך אינדוםטריאליזירטן דײטשלאנד. שנית, האט מען געהא§ט, און מיט גרונט, אויף אנדערע מערק, װאס זאלן קאמפענסירן דעם טײלװייזן אפ§אל פון רוםישן אינדוםטריע-מארק און פון דײטשן אגראר מארק. לעטלאנד און ליטע, רומעניע און די אנדערע באלקאן־לענדער, טערקײ און פערםיע, אינדיע און כינע — אט די אלע לענדער, דרומדיק און מזרחדיק פון פוילן און דעריבער געאגראפיש און קולטורעל נעענטער צום פױלישן מארק, װי צום װײטן און טײערן מער5, האבן געשפײזט די האפענונגען, אז די פארמילחמהדיקע אינדוםטריעלע אנטװיקלונג װעט װײטער אנגײן. אײניקע פון די דאזיקע לענדער זײנען נאך פאר דער מילחמה געװען קונים §ון דער פוילישער טעקסטיל־אינדוסטריע און האבן טאקע די ערשטע יארן נאך דער מילחמה באלד אנגעקניפט פארבינדונגען מיט אירע צענטערס. אפילו די ברוגזע לימע האט געמוזט דורך דאנציק אימפארטירן פוילישע טעקסטיל־םחורות, צו װעלכע די באפעלקערונג איז צענדלינגער יארן צוגעװײגט געװארן. אויך די האפענונגען אויף געװינען מערק פאר די אגראר-פראדוקטן װײטער פון דײטשלאנד, אין מערב- און צפון-אײראפע, האבן די ערשטע יארן געגעבן סימנים פון רעאלע מעגלעכקײטן. די עקאנאמישע אנטװיקלונג פון זעלבשטענדיקן פוילן אין ערשטן צענדלינג יאר האט מער אדער װײניקער געשטימט מיט דער קורץ כאראקטעריזירטער קאנצעפציע פון פערםפעקטױון. ס׳האט זיך אײנגעגעבן אויפצושטעלן די פארמילחמהדיקע װירטשאפט ניט בלויז אין גאנצן פארנעם און אין אלע אירע צװײגן, נאר אפילו אקלײנעם שפרונג טון װייטער — הן אין זינען פון שאפן נײע אינדוסטריע־צװײגן (גומי-אינדוסטריע, קאנסערװן• אינדוםטריע, דיקטן־פאבריקן, כעמישע אונטערנעמונגען אאז״װ), הן אין פרט פון געװינען נײע מערק (ענגלישע קאלאניעם פאר קאנפעקציע, די צפון- אײראפעישע לענדער און איטאליע פאר קוילן אדג״ל). דער פוילישער עקאנאמישער ארגאניזם צונוי§געשטעלט §ון צעריםענע טײלן האט גענומען צוזאמענװאקםן $ די צענטראפוגאלע טענדענצן §ון אײניקע טײלן זײנען שטןןרק