Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער)
- Date
- 1937-08-01
- Page
- [Seite] (sequence 17)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 82% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564098--0158-3771175- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
יעק5?עשטשיבםקי 140 אויםלענדישן יידנטום האט פון לכהחילה אן געארבעט אין אײן ריכטונג — אין דער ריכטונג פון אנטלױפן, פון אויסװאנדערן, פון זוכן א נײע .הײם. חוץ פיזישע און מאראלישע לײדן, חוץ מאטעריעלער און קולטורעלער נױט װערט דאס דײטשע יידנטום נאך געטריבן װי פון א געפיל, אז אײנשפארן זיך איז ניט פדאי, אז עס איז ארויםגעװארפענע מי, װארעם װעגן קאמף קאן דאך קײן רײד ניט זײן בײ א טראפן פון 400 טויזנט מענטשן, װען דער ים פון 66 מיליאן מענטשן איז רויק און פארגלױוערט. 3 די לאגע אין פוילן איז אין אלע פרטימ גאר אן אנדערע. אין פוילן לעבן דרײ מיט א פערטל מיליאן יידן, װאס מאכן אוים קרו5 צו צען פראצענט פון דער גאנצער בא2עלקערונג. אין די שטעט מאכן זײ אוים ביז 30 פראצענט. אין האנדל מאכן די ײדן אוים ביז צװײ דריטל און אין אײניקע געגנטן און צװײגן ביז 80 פראצענט. אין האנטװערק מאכן די יידן אוים אין גאנצן לאנד (אן פויזן און פאמערן, וװ סױײנען כמעט ניט §אראן קײן יידן> א העלפט און אין א םך צװײגן העכער דרײ פערטל (קירזשנערײ, זײגער־מאכערײ, שטעפערײ, קאנפעקציע־שנײדערײ און אנדערע). און דא גײט ניט די רײד װעגן בעלי־ בתים, נאר װעגן אלע באטײליקטע אין פראדוקציע־פראצעם: בעלי־במימ, אנגעשטעלטע און ארבעטער. אין א םך אינדוסטריע־צװײגן, װי למשל אין דער טעקסטיל־אינדוסטריע, שפילן די יידן די הויפט־ראלע און אויך דא זײנען באשעפטיקט טויזנטער יידישע ארבעטער. דער קאמערציעלער אפאראט אין די יידישע פאבריקן איז אויף גאנצע הונדערט פראצענט באזעצט פון ײדן$ דער טעכנישער שוין װײניקער, אבער אויך אין א גאנץ גרויסער מאם. א םך צװײגן פון קלײן־ און מיטל־אינדוסטריע, װי -הענטשקע־פראדוקציע, טריקאטאזש, פארטיקע קלײדער און א סך אנדערע, ליגן אויסשליסלעך אדער אין דער גרעםטער מאם אין יידישע הענט. הפלל יידן זײנען אין פוילן אזא ארגאנישער גליד פון עקאנאמישן לעבן פון לאנד, זיי זײנען אזוי ט י ף ארײנגעװאקסן אין ג א נ צ ע עקאנאמישע געביטן און האבן אזוי ברײט באזעצט אין א םך עקאנאמישע צװגיגן אלע עטאזשן פון פראדוקציע־פראצעס, אז ניט נאר עם קאן ניט זײן קײן רײד װעגן אפשוימען, װי אין דײטשלאנד, נאר יעדע שטארקערע אויפטרײםלונג פון יידישן עקאנאמישן םעקטאר באטײט אקאטאם־ טראפע פאר די שכנישע סעקטארן פון גאנצן לאנד. מען קאן אבער ניט רעדן װעגן דער יידישער עקאנאמישער לאגע, אײדער מען גיט זיך ניט אפ קײן דין־וחשבון פון דער לאגע §ון פוילן בכלל, §ון איר עקאנאמישער םטרוקטור און §ון אירע עקאנאמישע פערספעקטיװן און אויםזיכטן. מיר װעלן מוזן דעריבער צו ערשט זיך אפשטעלן אויף דער כאראקטעריםטיק 5ון דער אײגנארטיקער לאגע, װאם האט זיך געשא§ן פארן זעלבשטענדיקן פוילן אין דער נאכמילחמהדיקער סיטואציע, וױ אױך אויף דער