Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1937-08-01 · 5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
1 (1937)
Issue
5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער)
Date
1937-08-01
Page
[Seite] (sequence 15)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
77% known words query
IRI
…/3771019-7564090-7564098--0156-3771173
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

יעקב לעשטשינםקי 138 זײער באלערעװדיק זײנצן די מפלות, װאם דײטשלאנד האט די לעצטע יארן יא געליטן — דאס איז געװען אין יענע װירטשאפט-געביטן, וװ יידן האבן קװאנטיטאטיװ געשפילט אזא גרױסע ראלע, אז זײ האבן געקאנט זײ אריבערטראגן אין אנךערע לענדער. מעגלעך איז דאם געװען, פארשטײט זיך, נאר אויף אזוי פיל, אויף װיפל די דאזיקע װירטשאפטצװײגן זײנען געװען געבונדן מיטן אויסלענדישן מארק. די גרעסטע מפלה איז געװען אין דער פוטער־בראנזשע, װאם איז געװען אב5ירושער עקספארט-ארטיקל, און די יידן האבן אויםגעמאכט אין לײפציק, אין גרעםטן צענטער §ון דער דאזיקער סחורה, פון 75 ביז 80 פראצענט פון אלע אונטערנעמער. א ביםל קלענער, אבער נאך אויך גענוג באדײטיק איז געװען די מפלה אין דער פילם־אינדוםטריע, װאס איז געװען טאקע אן אנגעזעען עקםפארט״ארטיקל, אבער דאך זיך אנגעשפארט אויף א ברײטן און געזונטן אינעװײניקסטן מארק, און וװ די יידן האבן אויסגעמאכט צװישן די אונטערנעמער 70 פראצענט, צװישן די רעזשיםערן- ס,47 פראצ׳ און צװישן די מחברים — ס,41 פראצ׳י. נאך קלענער איז געװען די מפלה אין דער קאנפעקציע־בראנזשע, אין װעלכער דער עקספארט שפילט רעלאטױו צו דער קאלאסאלער פראדוקציע ניט קײן גרויםע ראלע, כאטש ץדן האבן אויסגעמאכט העכער א העלפט פון אלע אונטערנעמער. מפלות האבן די דײטשן בכן געליטן נאר דארטן, וװ די בראנזשע איז געװען דער עיקר אן עקספארט־ארטיקל, און דער 8אריאגטצר ץדישער אונטערנעמער איז געװען ביכולת, אריבערטראגנדיק. זײן אונטערנעמונג, צונעמצן אדער מיטנעמען מיט זיך אויך זײנע קונים$ איז אבער אין אן ארטיקל װי די קאנפעקציע, א צװײג, װאס זײן שװערפונקט ליגט אין לאנד גופא, ניט געװען שװער אין משך פון א פאר יאר איבערצונעמען א םך אונטערנעמונגען §ון יידישע הענט, ניט ארויסרופנדיק קײן שטערונגען ניט אין דער פראדוקציע און ניט אין האנדל• אויף הונדערט פראצענט איז אבער ליקװידירט דער יידישער אנטײל נאר אין דער פילם־אינדוסטריע, װאס איז דאך א קולטור• און גײסט־ארטיקל, און דא האבן זיך געזאגט די נאציס: ״תמות נפשי עם פלשתים׳/ זאל בעםער גײן צו גרונט דער גאנצצר עקםפארט §ון דער פילם-בראנזשע, אבי צו ראטעװען די נשמה פון די_יטשן פאלק פונעם ץדישן §ילם־סם. אין דער 5וטער• און קאנפעקציע־בראנזשע איז דצר יידישער אנטײל נאך איצטער גאנץ באדגיטיק, װײל מען איז געװען דא גאנץ מילד און װײך, האפנדיק אויף אזא אופן אײנצוהאלטן די אויסלענדישע מצרק. וװ דאם ײדישע שרײפעלע איז אומפארבײטלעך $ װו• דאם צעברעכן דאם יידישע שרײפעלע שטעלט אין םכנה די גאנצצ מאשין — דארטן זײנען אפילו די פרומע און שטרענג קאנםעקװענטע נאציס גרײט אויף הנתות און קזגמפראמיםן. לײדער אבצר זגינען אין דצר הויך אנטװיקלטער דײטשער .630 ,64 .11 ,1935 011ו1ס111)1'11 ,11315116116ס£4 116ס15;1101131502131151גא 1

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.