Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער)
- Date
- 1937-08-01
- Page
- [Seite] (sequence 13)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 75% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564098--0154-3771171- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
יעק5?עשטשינסקי 136 2 גאר אנדערש איז געװען און איז עד הױם די אביעקטױוע לאגע אין דײטשלאנד. דאס קופקעלע יידן איז גיט געװען אײנגעגלידערט אין אלע טײלן פון װעלכן ס׳איז װירטשא5טצװײג(אונטערגעמער, אנגעשטעלטע און ארבעטעח, נ$ר ם׳האט פארנומען צום גרעםטן טײל נאר דעם אײבערשטן שטאק, ס׳איז ארומגעשוװמען §ון אויבן אויף. און ס׳איז זײער גרינג געװען עם אפצושוימען. חוץ א צװײ אדער דריי האנדלצװײגן (פילם־אױםלװ, פוטער־מםחר און קאנפעקציע) איז שװער געװען צו געפינען אפילו אין האנדל אזעלכע צװייגן, אין װעלכע ײדן זאלן אויסמאכן א מערהײט כאטש א5ילו נאר צװישן די בעלי׳בתים. שוין אפגערעדט פון אינדוםטריע, האנטװערק אדער גאר לאנדװירטשא3ט. די ײדן האבן ניט אויסגעמאכט אפילו קײן אײן פראצענט צוױשן די אונטערנעמער פון די גרעסטע און װיכטיקסטע צװײגן פון די דאזיקע װירטשאפט־געביטן. דאס שטײט ניט אין קײן שום סמירה צו דעם אמת, אז יידן האבן געשפילט א קאלאסאלצ ראלע אין דער אנטװיקלונג ניט בלויז פון די דײטשע בענק און בערזעם, פון אימפארט און עקםפארט-האנדל, נאר אויך אין דער גרויס־אינדוסטריע. דער פיאניערן־פעריאד און די שא§ונג- תקופה זײנען שוין אבער לאנג א פארענדיקטע זאך אין דער אנטװיקלונג פון דײטשן עקאנאמישן לעבן, און אויף צו טרײבן װייטער אן אנגעשמירטע און אנגעדרײטע מאשין דארף מען ניט אומבאדינגט דעם ערפינדער פון דער מאשין. די לאקאמאטיװ־פאבריק פון ״ארנשטײן און קאפעל׳/ װי די גראנדיעזע אונטערנעמונג פון ״הירש קופער־ און מעש־װערק״; די דײטשע אדער דרעזדענער באנק, װי די פארלאגן פון אולשטײן און מאםע; די אוניװערסאל־מאגאזינען פון טיץ און װערטהײם, װי די האמבורג־אמעריקע ליניע, די שאפונג פון באלינען — אט די אלע און צענדלינגער אנדערע אונטערנעמונגען, לעבעדיקע און שרײענדיקע עדות 3ון דער קאלאםאלער אויפטו־ארבעט און שאפונג־שפע פון דײטשן יידנטום, קאנען §ונקציאנירן און אפילו װײטער אנטװיקלען זײער טעטיקײט אן די געזעצלעכע טאטעם זײערע און אויך אן ■די געזעצלעכע יורשים §ון די שאפערם זײערע. די אביעקטיװע לאגע איז בכלל אין דײטשלאנד אזא, אז דער םוביעקטיװער אנטיסעמיטיזם פון די הערשער און רעגירער קאן זיך דערלויבן דעם לוקםום פון פארטרײבן יידן. דער עקאנאמישער און קולטורעלער שאדן 3ונעם אנטיסעמיטיזם דעקט זיך דא אין א גענוגער מאם מיט דעם פאליטישן נוצן, װאם מען קאן פון אים ציען. װײל אנטיםעמיטיזם איז ניט קײן פארענטפערונג פאר קײן שום עקאנאמישן פראבלעם. אנטיסעמיטיזם נוצט נאר אויס עקאנאמישע שװעריקײטן און נויטן פאר זײנע פאליטישע צילן. אנטיםעמיטיזם איז א ם י מ פ ט א ם 3ון א געפערלעכער קרענק 8ון דער געזעלשאפט, אבער אין קײן שום §אל ניט קײן דיאגנאז פון דער קרענק און נאך װײניקער א פראגנאז און א װעגװײזער װי אזוי געזונט צו װערן.